נאָך פּרטים

האָבן (איצטיקע צײַט)

  • איך האָב אַ שניטקע און מאָבי האָט סושי.
  • מיר האָבן אַ סך חבֿרים.

אָט זײַנען די פֿאָרמעס פֿונעם װערב האָבן אין דער איצטיקער צײַט:

האָבן - איצטיקע צײַט
אײנצאָל מערצאָל
איך האָב מיר האָבן
דו האָסט איר האָט
ער האָט
זי האָט
עס האָט
זײ האָבן

פֿראַגעס׃ װאָס/װוּ

  • װאָס האָט ער?
  • װוּ איז מאָבי?

װען מע פֿרעגט אַ פֿראַגע מיט װאָס אָדער װוּ, קומט דער סוביעקט נאָכן װערב׃

װאָס
װוּ
+ װערב + סוביעקט
  • פּערל האָט ← װאָס האָט פּערל?
  • זײ האָבן ← װאָס האָבן זײ?
  • מאָבי איז ← װוּ איז מאָבי?
  • איר זײַט ← װוּ זײַט איר?

אױסלײג: ביסטו / האָסטו

װען דער פּראָנאָם דו קומט נאָכן װערב גיסן זיך די צװײ צונויף — דער דלתּ פֿאַלט אַרויס און מע שרײַבט די צװײ צוזאַמען:

  • װאָס האָסט + דו ? ← װאָס האָסטו?
  • װוּ ביסט + דו ? ← װוּ ביסטו?

דאָס איז אָבער נאָר דער פֿאַל װען דער פּראָנאָם דו איז אומאַקצענטירט. װען ער איז אַקצענטירט, שרײַבט מען אים באַזונער, למשל:

  • – איך האָב אַן עפּל און צװײ באַנאַנעס. װאָס האָסט דו?

פֿראַגעס: יאָ/נײן

װען מע זאָגט אַ זאַץ מיט אַ באַזונדערער אינטאָנאַציע װערט ער אַ פֿראַגע (אַזאַ װאָס דער ענטפֿער אױף איר איז „יאָ“ אָדער „נײן“).

  • מאָבי האָט אַ שניטקע. ← מאָבי האָט אַ שניטקע?
  • דו ביסט דאָרשטיק. ← דו ביסט דאָרשטיק?
  • דו האָסט אַן עפּל. ← דו האָסט אַן עפּל?

די זעלביקע פֿראַגעס קען מען אויך טרעפֿן אויסגעדריקט דורכן אַוועקשטעלן דעם ווערב אָנהייב זאַץ.

  • האָט מאָבי אַ שניטקע?
  • ביסטו דאָרשטיק?
  • האָסטו אַן עפּל?

אין דער שמועסשפּראַך איז דער פֿאַרשפּרײטסטער אופֿן צו שטעלן אַ יאָ/נײן־פֿראַגע דער באַנוץ פֿון אַ פֿרעג־אינטאָנאַציע אַלײן.