נאָך פּרטים

די מאָדאַלע װערבן װעלן (װיל) און דאַרפֿן

  • איך וויל שפּילן אין קוישבאָל, אָבער איך דאַרף איצט טאָן די היימאַרבעט.
  • יאַנקל וויל עסן קיכעלעך, אָבער ער דאַרף עסן אַן עפּל.

באַטײַט

דער ווערב וועלן דריקט אויס אַ באַגער, אַ חשק עפּעס צו טאָן.

דער ווערב דאַרפֿן דריקט אויס אַ באַדערפֿעניש, אַ נויטווענדיקייט עפּעס צו טאָן.

פֿאָרמע

א. די איצטיקע צײַט

דער אינפֿיניטיוו וועלן איז אומרעגולער. דער שטאַם פֿונעם ווערב איז וויל.

פּונקט ווי מיט קענען (זען 3.1), גיט מען צו די רעגולערע ענדונגען פֿון דער איצטיקער צײַט צום שטאַם (וויל, דאַרף), חוץ אין דער ער/זי/עס־פֿאָרמע וואָס האָט נישט קיין ענדונג.

וועלן דאַרפֿן
איך וויל איך דאַרף
דו ווילסט דו דאַרפֿסט
ער/זי/עס וויל ער/זי/עס דאַרף
מיר ווילן מיר דאַרפֿן
איר ווילט איר דאַרפֿט
זיי ווילן זיי דאַרפֿן

ב. וועלן/דאַרפֿן + אינפֿיניטיװ אָדער דירעקטער אָביעקט

  • איך וויל שפּילן.
  • איך דאַרף טאָן די היימאַרבעט. איך דאַרף מײַן העפֿט און מײַן פֿעדער.
  • ס׳איז הײס – איך דאַרף װאַסער.
  • יאַנקל וויל קיכעלעך.
  • יאַנקל וויל עסן קיכעלעך.

װעלן און דאַרפֿן קומען מיט אַן אינפֿיניטיװ אָדער מיט אַ דירעקטן אָביעקט.

אַ מאָל לאָזט מען דורך דעם אינפֿיטיװ אָדער אָביעקט, אױב ער איז קלאָר פֿון קאָנטעקסט, למשל:

  • — װער װיל עסן?

    — איך װיל!

  • — װער דאַרף אַ בלײַער?

    — מאָבי דאַרף!

אַזױ איז אױך דער פֿאַל מיט קענען: אין 3.1 נאָך פּרטים געפֿינען זיך בײַשפּילן פֿון קענען + אינפֿיניטיװ; אין 4.3 נאָך פּרטים דערקלערן מיר דעם באַניץ פֿון קענען + סובסטאַנטיװ.

ג. ווערטער־סדר

  • הײַנט וויל איך גיין אין פּאַרק, אָבער איך וויל נישט שפּילן אין קוישבאָל.
  • איצט דאַרף יאַנקל נישט שלאָפֿן. איצט דאַרף ער עסן!
  • די מאַמע דאַרף איצט ברענגען די מתּנה.

דער ווערטער־סדר מיט וועלן און דאַרפֿן איז דער זעלביקער ווי מיט קענען. צווישן דער קאָניוגירטער פֿאָרמע פֿון וועלן/דאַרפֿן און דעם אינפֿיניטיוו קען (אָבער מוז נישט!) קומען דער סוביעקט אָדער אַן אַדווערב. די פֿאַרניינונג נישט מוז קומען צווישן דעם קאָניוגירטן ווערב און דעם אינפֿיניטיוו, און געפֿינט זיך געוויינטלעך האַרט פֿאַרן אינפֿיניטיוו.

זען אױך די סכעמע פֿונעם געװײנטלעכן װערטער־סדר אין 5.3 נאָך פּרטים.

מאָדאַלע ווערבן

וועלן, דאַרפֿן און קענען געהערן אַלע צו אַ גרופּע ווערבן וואָס מע רופֿט מאָדאַלע. די ער/זי/עס־פֿאָרמע פֿון די מאָדאַלע ווערבן האָט נישט קיין ענדונג. די דאָזיקע ווערבן קומען מיט אַ צווייטן ווערב אין אינפֿיניטיוו אָדער מיט אַ דירעקטן אָביעקט. זײ דריקן אויס נישט קיין בפֿירושע טוּונג, נאָר די באַציִונג צום צווייטן ווערב אָדער צום אָביעקט: אַ באַדערפֿעניש, באַגער, פֿעיִקייט, דערלויבעניש, פֿאַרווער, השערה, התחײַבֿות.

אין צוקונפֿטיקע לעקציעס וועלן מיר לערנען נאָך מאָדאַלע ווערבן: מוזן (4.5), מעגן (6.2), נישט טאָרן (6.2). אַ טאַבעלע מיט אַלע מאָדאַלע װערבן װאָס מע לערנט אין ייִדישפּאָפּ געפֿינט זיך אין 6.5 נאָך פּרטים.

צונויפֿהעפֿטן

אַ צונויפֿהעפֿט איז אַ וואָרט וואָס באַשטייט פֿון צוויי אָדער מער צוזאַמענגעבונדענע ווערטער. אין קאַפּיטל 3 געפֿינען זיך עטלעכע צונויפֿהעפֿטן:

  • דזשעזמוזיק (3.2)
  • כּלי־זמר־מוזיק (3.2)
  • קאַרטאָפֿל־קוגל (3.3)
  • לאָקשן־קוגל (3.3)
  • ספּאָרט־פּיזשאַמע (3.4)

אַ מאָל שרײַבט מען אַ צונויפֿהעפֿט אין איינעם — דזשעזמוזיק — און אַ מאָל באַהאָפֿטן (מיט אַ מקף) — לאָקשן־קוגל. ווען שרײַבט מען אין איינעם, און ווען מיט אַ מקף?

נאָך פּרטים וועגן צונויפֿהעפֿטן קען מען געפֿינען אין די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג, קאַפּיטל VII. די תּקנות געפֿינען זיך אינעם באַנד דער איינהייטלעכער ייִדישער אויסלייג The Standardized Yiddish Orthography (ניו־יאָרק, 1999).