אינהאַלט
נישט קיין
א. קיין בײַם אָביעקט
- איך קאָך.
- מאָבי קאָכט נישט.
- איך קאָך אַן איי.
- מאָבי קאָכט נישט קיין איי.
- איך עס אַ באַנאַנע.
- מאָבי עסט נישט קיין באַנאַנע.
מיר האָבן שוין געלערנט (אין לעקציע 2.3) די פֿאַרניינונג נישט. פֿאַראַן אויך אַ נעגאַטיווער אַרטיקל קיין וואָס פֿאַרבײַט דעם אומגעוויסיקן אַרטיקל אַ/אַן אין אַ נעגאַטיוון זאַץ: אַן איי — נישט קיין איי; אַ באַנאַנע — נישט קיין באַנאַנע. (וועגן דעם באַניץ פֿון אַ אַקעגן אַן, זען 1.3 נאָך פּרטים.) באַמערקט אַז אין אַ נעגאַטיוון זאַץ מיט קיין איז אויך פֿאַראַן נישט. דער נעגאַטיװער אַרטיקל קײן װערט געװײנטלעך נישט אַקצענטירט.
- נעמי און מאָבי האָבן אַ סך לאָקשן.
- נעמי און מאָבי האָבן נישט קיין סך אייער.
דער כּלל איז אויך חל אויף דער פֿראַזע אַ סך, וואָס איר פֿאַרניינונג איז נישט קיין סך.
- מאָבי עסט לאָקשן.
- מאירקע עסט נישט קיין לאָקשן.
- פּערל טרינקט וואַסער.
- נעמי טרינקט נישט קיין וואַסער.
קיין קומט צו אין אַ נעגאַטיוון זאַץ פֿאַר אַ סובסטאַנטיוו וואָס באַצייכנט אַן אומבאַשטימטן יש, אַפֿילו ווען אַ/אַן איז נישטאָ אינעם פּאָזיטיוון זאַץ. דאָס איז אַלע מאָל דער פֿאַל מיט אַ סובסטאַנטיוו אין מערצאָל ווײַל דער אומגעוויסיקער אַרטיקל האָט נישט קיין מערצאָל־פֿאָרמע (לאָקשן — נישט קיין לאָקשן). פֿאַראַן אויך סובסטאַנטיוון וואָס קומען אין איינצאָל אָן דעם אומגעוויסיקן אַרטיקל, אָבער מיט דער פֿאַרניינונג קומט צו קיין (וואַסער — נישט קיין וואַסער; מוזיק — נישט קיין מוזיק).
- זיי האָבן זעקס אייער.
- מיר האָבן נישט קיין זעקס אייער.
- זיי האָבן איין איי.
- מיר האָבן נישט קיין איין איי.
מיט אַ צאָלװאָרט קען דער סובסטאַנטיוו אויך זײַן אומבאַשטימט. אין די זאַצן דאָ אויבן גייט די רייד וועגן „זעקס (אומבאַשטימטע) אייער“, נישט וועגן „די זעקס (באַשטימטע) אייער“.
- איך קאָך די זופּ.
- מאָבי קאָכט נישט די זופּ.
- מאָבי עסט די לאָקשן.
- מאירקע עסט נישט די לאָקשן.
- פּערל טרינקט דאָס וואַסער.
- נעמי טרינקט נישט דאָס וואַסער.
דער געוויסיקער אַרטיקל (דער/די/דאָס) בלײַבט אין אַ נעגאַטיוון זאַץ. ער באַצייכנט אַ סובסטאַנטיוו ווי באַשטימט אָדער ספּעציפֿיש, איז דער נעגאַטיווער אַרטיקל קיין נישט שייך.
ב. קיין מיטן ווערב זײַן
די זעלבע כּללים זײַנען חל אויף זאַצן מיטן ווערב זײַן. למשל:
- מאָבי איז אַ ראָבאָט.
- נעמי איז נישט קיין ראָבאָט.
- זיי זײַנען מוזיקער.
- מיר זײַנען נישט קיין מוזיקער.
- דאָס איז זאַלץ.
- דאָס איז נישט קיין פֿעפֿער.
אָבער…
- דאָס איז דער פֿעטער.
- דאָס איז נישט דער טאַטע.
ג. ווערטער־סדר
- מיר מאַכן נישט קיין זופּ.
- מיר קענען נישט מאַכן קיין זופּ.
- קיין קאַרטאָפֿל־קוגל קענען מיר נישט באַקן.
- דאָס פֿייגעלע וווינט נישט אין קיין הויז.
- פּערל שרײַבט נישט מיט קיין פֿעדער.
דער נעגאַטיווער אַרטיקל קיין קומט האַרט פֿאַרן סובסטאַנטיוו* וואָס ער באַגלייט. נישט קומט אויפֿן אייגענעם געוויינטלעכן אָרט (זען 3.2 נאָך פּרטים „ווערטער־סדר“). דאָס מיינט אַז נישט און קיין שטייען אַ מאָל איינס פּונקט לעבן דעם צווייטן, און אַ מאָל איינס גערוקט פֿונעם צווייטן. זיי שטייען געוויינטלעך גערוקט אין זאַצן מיט אַן אינפֿיניטיוו (מיר קענען נישט מאַכן קיין זופּ) אָדער מיט אַ פּרעפּאָזיציאָנעלער פֿראַזע (פּערל שרײַבט נישט מיט קיין פֿעדער).
*און ווערטער פֿאַרבונדן מיטן סובסטאַנטיוו ווי למשל אַדיעקטיוון
זען אױך די סכעמע פֿונעם געװײנטלעכן װערטער־סדר אין 5.3 נאָך פּרטים.
דער דרך־ארץ־פּראָנאָם איר
אין לעקציע 1.1 האָבן מיר געלערנט אַז דו ניצט מען ווען מע רעדט מיט איין מענטש (איינצאָל) און איר ווען מע רעדט מיט מער ווי איין מענטש (מערצאָל).
דעם פּראָנאָם איר ניצט מען אויך מיט איין מענטש, וואָס מע וויל אים אַרויסווײַזן דרך־ארץ. אין אָט דער לעקציע האָבן מיר געזען אַז ווען נעמי באַשטעלט פּיצע, ניצט זי די איר־פֿאָרמע פֿונעם אימפּעראַטיוו („איין פּיצע, זײַט אַזוי גוט“). דערפֿאַר וואָס דער פּיצע־פֿאַרקויפֿער איז אַ דערוואַקסענער און נישט קיין נאָענטער, ווענדט זי זיך צו אים אויף איר.
זיך ווענדן צו עמעצן מיטן היימישן דו הייסט רעדן אויף דו אָדער דוצן. זיך ווענדן צו עמעצן מיטן דרך־ארצדיקן איר הייסט רעדן אויף איר אָדער אירצן.
גענוי וועמען מע דוצט און וועמען מע אירצט ווענדט זיך צום טייל אינעם טעמפּעראַמענט פֿון די מיטשמועסערס און אין די קולטורעלע נאָרמעס פֿון דער סבֿיבֿה וווּ זיי געפֿינען זיך. אָט איז אָבער אַ וועגווײַזער צום געוויינטלעך אָנגענומענעם באַניץ מיט דו אַקעגן איר:
היימישע באַציִונגען:
- אַ דערוואַקסענער דוצט אַ קינד.
- אַ קינד דוצט דעם טאַטן, די מאַמע, און אַנדערע נאָענטע.
- חבֿרים דוצן זיך.
מיט דרך־ארץ:
- אַ קינד אירצט אַ דערוואַקסענעם (חוץ אין דער משפּחה און מיט נאָענטע), למשל אַ לערער, אַ קרעמער, טאַטע־מאַמעס אַ חבֿר.
- דערוואַקסענע אירצן זיך ווען זיי קענען זיך נישט, אָדער ווען זיי קענען זיך נישט אויף קיין אינטים חבֿרישן אופֿן (למשל ווען איינער שמועסט מיט אַ דאָקטער, אַ בריוון־טרעגער, אַ מעכאַניקער, אַ באַנק־באַאַמטן און נאָך און נאָך).
- ווען איינער וויל סתּם אַרויסווײַזן דרך־ארץ, אירצט ער דעם צווייטן (למשל אַן עלטערן מענטשן).
געדענקט: איר ניצט מען אַלע מאָל ווען מע ווענדט זיך צו מער ווי איין מענטש, צי מיט היימישקייט, צי מיט דרך־ארץ.