אינהאַלט
ווערבן מיט קאָנווערבן
דורך קאָנווערבן ווערן געפֿורעמט נײַע ווערבן מיט נײַע באַטײַטן. מיר קענען שוין 5 קאָנווערבן:
- אַרײַן, אַרויס, צוריק, אָן, אויס.
באַטײַט פֿון די קאָנווערבן
- מאָבי שפּרינגט אַרײַן אין וואַסער.
- נעמי וואַרפֿט צוריק די פּילקע.
דער קאָנווערב בײַט דעם באַטײַט פֿונעם ווערב. אַ מאָל איז דער באַטײַט פֿונעם קאָנווערב זייער קאָנקרעט און מע קען גלײַך פֿאַרשטיין ווי אַזוי ער בײַט דעם באַטײַט פֿונעם ווערב. דאָס איז דער פֿאַל מיט קאָנווערבן וואָס ווײַזן אָן אויף אַ ריכטונג. מיר האָבן געלערנט דרײַ אַזעלכע: אַרײַן, אַרויס, צוריק. אַז מע פֿאַרשטייט שוין, למשל, וואָס עס מיינט אַרײַן, קען מען גרינג פֿאַרשטיין וואָס עס מיינען די ווערבן אַרײַנגיין, אַרײַנשפּרינגען, אַרײַנלויפֿן, אַרײַנוואַרפֿן און נאָך און נאָך.
אַנדערע קאָנווערבן אָבער, אַזוי ווי אָן און אויס, גיבן צו צום ווערב פֿאַרשיידענע ניואַנסן אָדער גאָר אַן אַנדער באַטײַט וואָס מע קען נישט אַלע מאָל פֿאָרויסזאָגן. אין אַ ייִדיש ווערטערבוך ווערן אַזעלכע ווערבן מיט קאָנווערבן אויסגערעכנט באַזונדער און מיר וועלן זיי לערנען אין ייִדישפּאָפּ ווי נײַע וואָקאַבלען.
באַמערקט אַז דער קאָנווערב אָן („אָנטאָן“) האָט נישט קיין שײַכות מיט דער פּרעפּאָזיציע אָן (אָן ≠ מיט).
עס זײַנען דאָ נאָך אַ סך קאָנווערבן; טייל וועלן מיר לערנען אין צוקונפֿטיקע לעקציעס. אַ רשימה מיט אַלע קאָנװערבן װאָס מע לערנט אין ייִדישפּאָפּ געפֿינט זיך אין 6.5 נאָך פּרטים.
װערטער־סדר
אָרט פֿונעם קאָנווערב
- פּינטל וויל אַרײַנגיין.
- מאָבי, גיי אַרײַן אין שטוב!
- נעמי, מאָבי און פּינטל גייען אַרײַן.
אינפֿיניטיוו: דער קאָנווערב קומט פֿאַר דעם ווערב און שרײַבט זיך מיט אים אין איינעם.
אימפּעראַטיוו, איצטיקע צײַט: דער קאָנווערב קומט נאָך דעם ווערב און שרײַבט זיך באַזונדער.
דער קאָנווערב ווערט אַלע מאָל אַרויסגערעדט מיט אַ שטאַרקן אַקצענט, צי ער קומט פֿאַרן ווערב צי נאָך אים.
נאָך בײַשפּילן:
אָרט פֿון סוביעקט/אַדווערב/נישט
- מאָבי, טו אויך אָן אַ שאַל!
- טו נישט אויס די שאַל!
- מיר גייען איצט אַרויס.
- איצט גייען מיר אַרויס.
- מיר גייען נישט אַרײַן.
- איצט גייען מיר נישט אַרײַן.
צווישן דעם קאָניוגירטן ווערב און דעם קאָנווערב אין דער איצטיקער צײַט/אימפּעראַטיוו קען (אָבער מוז נישט!) קומען דער סוביעקט אָדער אַן אַדווערב. די פֿאַרניינונג נישט קומט אַלע מאָל צווישן דעם קאָניוגירטן ווערב און דעם קאָנווערב, און געפֿינט זיך געוויינטלעך האַרט פֿאַרן קאָנווערב.
באַמערקט:
- גיט אַ קוק אױף דער פּאָזיציע פֿון די קאָנװערבן (אָן, אַרײַן) און די אינפֿיניטיװן (עסן, לױפֿן) אין די זאַצן דאָ װײַטער. באַמערקט אַז זײ פֿאַרנעמען דאָס זעלבע אָרט אַקעגן דעם קאָניוגירטן װערב, דעם סוביעקט, אַן אַדװערב און נישט.
װעגן װערטער־סדר מיט מאָדאַלע װערבן און אין דער קומעדיקער צײַט זען 3.2 נאָך פּרטים און 3.4 נאָך פּרטים. דאָס אָרט פֿונעם קאָנװערב/אינפֿיניטיװ אין די זאַצן איז „פּאָזיציע 7“ פֿון דער סכעמע פֿונעם געװײנטלעכן װערטער־סדר װאָס געפֿינט זיך אין 5.3 נאָך פּרטים.
- װען דער אינפֿיניטיװ אין דער קאָנסטרוקציע ליב האָבן צו + אינפֿיניטיוו איז אַ קאָנװערבירטער, קומט צו צװישן דעם קאָנװערב און דעם אינפֿיניטיװ און מע שרײַבט אַלץ אין אײנעם. למשל:
- איך האָב ליב אַרײַנצושפּרינגען אין וואַסער.
- פּינטל האָט ליב אַרויסצוגיין אין פּאַרק.
װעגן ליב האָבן זען 3.4 נאָך פּרטים.
גראַמאַטישער מין
אין לעקציע 1.2 האָבן מיר געלערנט אַז יעדער סובסטאַנטיוו אין איינצאָל איז פֿאַרבונדן מיטן אַרטיקל דער, די אָדער דאָס. אינעם לשון פֿון דער גראַמאַטיק, זאָגט מען אַז יעדער סובסטאַנטיוו האָט זיך זײַן מין:
באַמערקט:
- ס׳רובֿ סובסטאַנטיוון האָבן נישט קיין ביאָלאָגישן מין, דאַרף מען זיך אויסלערנען זייער גראַמאַטישן מין, למשל: דער מאַנטל, די טיי, דאָס בוך.
- בײַ סובסטאַנטיוון וואָס האָבן יאָ אַ ביאָלאָגישן מין דעקט זיך מערסטנס דער גראַמאַטישער מין מיטן ביאָלאָגישן, למשל: דער טאַטע, די מאַמע, דער ברודער, די שוועסטער.
- פֿאַראַן אָבער אויך סובסטאַנטיוון וואָס האָבן אַ ביאָלאָגישן מין, נאָר ער דעקט זיך נישט מיטן גראַמאַטישן. זען דאָ ווײַטער „פּראָנאָמען און גראַמאַטישער מין – אויסנאַם“.
פּראָנאָמען און גראַמאַטישער מין
- וווּ איז דער מאַנטל? ער איז דאָ.
- די טיי איז הייס. זי איז אויך געשמאַק!
- איך לייען איצט דאָס בוך. עס איז גוט, אָבער לאַנג.
- האָסטו אַ שירעם? יאָ, ער איז אין שטוב.
- וווּ איז מײַן שאַל? זי איז אין דרויסן.
- וווּ איז דײַן היטל? עס איז אויך אין דרויסן.
אַ פּראָנאָם וואָס פֿאַרבײַט אַ סובסטאַנטיוו אין איינצאָל היט אויף זײַן גראַמאַטישן מין:
- דער ← ער
- די ← זי
- דאָס ← עס
אויסנאַם: ווען מע רעדט וועגן אַ מענטש אָדער אַ חיה קען מען ניצן דעם פּראָנאָם וואָס שטימט מיטן ביאָלאָגישן מין פֿונעם מענטש אָדער חיה, אַפֿילו ווען דער פּראָנאָם שטימט נישט מיטן גראַמאַטישן מין פֿונעם סובסטאַנטיוו. למשל:
- איך זע דאָס מיידל. זי הייסט פּערל.
- איך זע דאָס ייִנגל. ער הייסט מאירקע.
- דאָס הינטל הייסט פּינטל. ער האָט ליב צו שלאָפֿן.
דער עקספּלעטיווער עס
- עס שײַנט די זון.
- עס גייט אַ רעגן.
- ס׳איז דאָ אַ קו.
- עס זײַנען דאָ אַ סך ביימער.
פֿאַר וואָס הייבן זיך אָן די זאַצן דאָ אויבן מיטן וואָרט עס? ווײַל דער בייגיקער ווערב דאַרף זײַן דער צווייטער זאַצאיינס (זען 2.4 נאָך פּרטים). אַ מאָל איז דער סוביעקט — צוליב אידיאָמאַטישע צי סטיליסטישע סיבות — נישט אויפֿן ערשטן אָרט און קיין אַנדער זאַצאיינס פֿאַרנעמט אויך נישט אָט די פּאָזיציע. אין אַזאַ פֿאַל קומט צו דאָס וואָרט עס און שטייט אויפֿן ערשטן אָרט כּדי דער בייגיקער ווערב זאָל זײַן אויפֿן צווייטן. מע רופֿט אָט דעם „עס“ דער עקספּלעטיווער עס.*
אויב אַן אַנדער זאַצאיינס געפֿינט זיך אויפֿן ערשטן אָרט, למשל אַן אַדווערב צי אַ פּרעפּאָזיציאָנעלע פֿראַזע, איז נישט נייטיק דאָס וואָרט עס:
- הײַנט שײַנט די זון.
- אין דרויסן גייט אַ רעגן.
- איצט איז דאָ אַ קו.
- אין פּאַרק זײַנען דאָ אַ סך ביימער.
אויב דער סוביעקט פֿאַרנעמט דאָס ערשטע אָרט, איז דאָס וואָרט עס, פֿאַרשטייט זיך, אויך נישט נייטיק:
- די זון שײַנט.
- אַ קו איז דאָ.
- אַ סך ביימער זײַנען דאָ.
באַמערקט:
- די וועטער־אויסדרוקן מיט גיין געפֿינט מען זעלטן מיטן סוביעקט אויפֿן ערשטן אָרט: „עס גייט אַ רעגן“, „איצט גייט אַ רעגן“ אָבער זעלטן „אַ רעגן גייט“.
- דער פּראָנאָם עס (דער פּראָנאָם וואָס פֿאַרבײַט אַ נייטראַלן סובסטאַנטיוו) מוז זיך באַווײַזן, אַפֿילו ווען ער איז נישט דער ערשטער זאַצאיינס:
- וווּ איז דאָס בוך איצט?
- עס איז איצט אין שטוב. / איצט איז עס אין שטוב.
- דאָס וואָרט עס פֿאַרן ווערב ווערט זייער אָפֿט פֿאַרקירצט אויף ס׳ אין דער גערעדטער שפּראַך, און אין דער געשריבענער שפּראַך איז די פֿאַרקירצונג אויך נישט זעלטן. מיר האָבן שוין געזען אין 1.3 אַז עס איז ווערט פֿאַרקירצט אויף ס׳איז. אַזוי אויך בײַ די וועטער־אויסדרוקן:
- ס׳גייט אַ רעגן/שניי.
- ס׳בלאָזט אַ ווינט.
- ס׳שײַנט די זון.
- חוץ דער פֿאַרקירצונג ס׳ איז דאָ נאָך אַ וואַריאַנט פֿונעם וואָרט עס פֿאַרן ווערב: סע. סע טרעפֿט זיך אי אין דער גערעדטער אי אין דער געשריבענער שפּראַך. איז גאַנץ מעגלעך אַז אײַך וועט אויסקומען צו הערן צי לייענען:
- סע גייט אַ רעגן.
- סע בלאָזט אַ ווינט.
- סע שײַנט די זון.
- ווען דער סוביעקט פֿונעם ווערב איז אַ פּערזענלעכער פּראָנאָם האָט מען נישט די ברירה צו פֿאָרמולירן דעם זאַץ מיטן עקספּלעטיװן עס. פֿאַרגלײַכט:
*הערה צום טערמין „עקספּלעטיווער עס“
אין פֿריִערדיקע גראַמאַטיקעס פֿון ייִדיש האָט מען אַ מאָל באַצײכנט דעם דאָזיקן עס מיטן טערמין „פֿיקטיװער סוביעקט“. ס׳רובֿ זאַצן מיט אָט דעם עס האָבן שוין אָבער אַ סוביעקט (למשל „רעגן“ אין „עס גייט אַ רעגן“), דערפֿאַר קען זײַן פֿאַרפּלאָנטערנדיק צו באַטראַכטן דאָס וואָרט עס ווי אַ צווייטן, „פֿיקטיוון“ סוביעקט. האָבן מיר באַשלאָסן אױף ענגליש צו ניצן דעם טערמין expletive אַזוי װי ס׳איז דער גאַנג אין אַנדערע באַהאַנדלונגען פֿון דער טעמע אױף ענגליש. אָננעמענדיק דעם טערמין פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַליזם, געניצט דורך לינגוויסטן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, פֿירן מיר אים אויך אײַן אין ייִדיש.
ווינטן, רעגנס, שנייען
אינעם וואָקאַבלאַר־אָפּטייל פֿונעם פֿילם אין דער לעקציע זעט מען אַ מאַפּע ווען מע הערט די מערצאָל־פֿאָרמעס ווינטן, רעגנס, שנייען, וואָס ווײַזט וווּ עס געפֿינט זיך אַ ווינט, אַ רעגן אָדער אַ שניי איבער דער וועלט. אינעם פֿאַקטישן באַניץ ווײַזן אָט די מערצאָל־פֿאָרמעס אָבער נישט אָן אויף דער געאָגראַפֿישער צעשפּרייטקייט פֿון דער מעטעאָראָלאָגישער דערשײַנונג, נאָר אויף איר אינטענסיווקייט און פֿרעקווענץ אויף איין באַשטימט אָרט. למשל:
- שטאַרקע ווינטן בלאָזן לעבן מײַן שטוב.
- אַ דאַנק די אָפֿטע רעגנס וואַקסן די בלומען גיך.
- צוליב די שווערע שנייען זײַנען די שולן פֿאַרמאַכט.