אינהאַלט
אומדירעקטער אָביעקט – דאַטיוו
- ווײַז מיר דײַן שלח־מנות!
- איך טראָג שלח־מנות פּערלען.
- מאָבי, איך וועל דיר וואַרפֿן די פּילקע, און דערנאָך וועסטו וואַרפֿן די פּילקע מאירקען.
די פֿאָרמעס פֿון די פּערזענלעכע פּראָנאָמען און פֿון פּערזאָן־נעמען אינעם בייגפֿאַל דאַטיוו קענט איר שוין פֿון לעקציע 4.3 (די דאַטיוו־פֿאָרמעס קענט איר געפֿינען אין 4.3 נאָך פּרטים; וועגן די בייגפֿאַלן בכלל זען 4.2 נאָך פּרטים). דאָרט האָבן מיר געזען אָט די פֿאָרמעס נאָך אַ פּרעפּאָזיציע.
די דאַטיװ־פֿאָרמעס ניצט מען אויך ווען אַ סובסטאַנטיוו/פּערזאָן־נאָמען/פּראָנאָם איז דער אומדירעקטער אָביעקט פֿונעם ווערב. אין די זאַצן דאָ אויבן איז דער אומדירעקטער אָביעקט אַרויסגעהויבן מיט פֿעטע אותיות. אין די זאַצן דאָ ווײַטער ווײַזן אָן די קאָלירן און די סובסקריפּטן אויף די דרײַ בייגפֿאַלן אין די דאָזיקע פֿונקציעס:
אַקוזאַטיװ און דאַטיװ: ווערטער־סדר
ווען דער דירעקטער און אומדירעקטער אָביעקט זײַנען נישט קיין פּערזענלעכע פּראָנאָמען איז זייער אָרט אין זאַץ בייגעוודיק. (דער גענויער סדר פֿון די ווערטער ווערט באַשטימט דורך סטיליסטישע צי אידיאָמאַטישע סיבות.) עס גילטן אָבער אַ ביסל שטרענגערע כּללים ווען עס געפֿינט זיך אינעם זאַץ אַ פּערזענלעכער פּראָנאָם.
- איר זעט מיך?
- פּערל קען מיך איצט זען.
- מאירקע קען מיך נישט זען.
- יאַנקל איז אין דרויסן. נעמי ברענגט אים אַרײַן.
- מאירקע איז דאָ! איך גיב אים איצט אַ מתּנה.
- פּערל איז נישט אין שטוב. איך קען איר איצט נישט געבן קיין מתּנה.
וווּ דאַרף שטיין אַ פּערזענלעכער פּראָנאָם וואָס איז דער דירעקטער אָדער אומדירעקטער אָביעקט אין אַ זאַץ? געוויינטלעך שטייט ער גלײַך נאָכן בייגיקן ווערב.
אַפֿילו ווען דער סוביעקט (נישט קיין פּערזענלעכער פּראָנאָם) איז נישט דער ערשטער זאַצאיינס און קומט דערפֿאַר נאָכן ווערב, מעג דער אָביעקט־פּראָנאָם שטיין פֿאַר אים, גלײַך נאָכן בייגיקן ווערב. דער סדר אין ביידע זאַצן דאָ ווײַטער איז קאָרעקט:
- מאירקע איז דאָ! איצט גיט אים נעמי די מתּנה.
- מאירקע איז דאָ! איצט גיט נעמי אים די מתּנה.
אויב ס׳איז דאָ מער ווי איין פּערזענלעכער פּראָנאָם איז דער סדר
למשל:
װער – װעמען
- װער װײסט?
- װעמען זעסטו?
- מיט װעמען רעדסטו?
- װעמען טראָגסטו שלח־מנות?
װער איז די פֿאָרמע פֿון אָט דעם פֿרעגװאָרט אין נאָמינאַטיװ; אין אַקוזאַטיװ און דאַטיװ איז די פֿאָרמע װעמען. דאָס הײסט אַז װער פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון סוביקעט, און װעמען דאָס אָרט פֿון אָביעקט: פֿונעם דירעקטן און אומדירעקטן אָביעקט און פֿונעם אָביעקט פֿון אַ פּרעפּאָזיציע.
מיר האָבן געלערנט װעמען װי אַ װאָקאַבל אין לעקציע 4.3.
געבן – גיב!
- גיב מיר אַ המן־טאַש!
- נעמי גיט מאָבין אַ המן־טאַש.
- מיר גיבן די חבֿרים אַ סך המן־טאַשן.
- ווען וועסטו מיר געבן אַ המן־טאַש?
אין לעקציע 1.3 האָבן מיר געלערנט די פֿראַזע גיב מיר. איצט פֿאַרשטייט איר שוין די גראַמאַטיק פֿון אָט דער פֿראַזע: מיר איז דער פּראָנאָם אין דאַטיוו, דער אומדירעקטער אָביעקט פֿונעם ווערב גיב.
אין 2.1 נאָך פּרטים האָבן מיר דערמאָנט אַז דעם אימפּעראַטיוו גיב/גיט דאַרף מען זיך אויסלערנען ווײַל ער שטימט נישט מיטן געוויינטלעכן מוסטער. דער אינפֿיניטיוו פֿון אָט דעם ווערב איז געבן, און די פֿאָרמעס פֿון דער איצטיקער צײַט געפֿינען זיך אין דער ווײַטערדיקער טאַבעלע. זיי שטימען אויך נישט מיטן געוויינטלעכן מוסטער און מע מוז זיך זיי אויסלערנען.
געפֿעלן
א. נאָמינאַטיוו און דאַטיוו
קוקט אויף די משל־זאַצן דאָ אויבן מיט געפֿעלן. באַמערקט אַז:
- אַן ענלעכע קאָנסטרוקציע געפֿינט זיך אויך אין אַנדערע שפּראַכן, למשל:
- פֿראַנצייזיש: Ton costume me plaît.
- שפּאַניש: Tu disfraz me gusta.
- רוסיש: Твой костюм мне нравится.
- העברעיִש: התחפושת שלך מוצאת חן בעיני.
באַמערקט: אָפֿט קומט אויס אויסצושטעלן זאַצן מיט געפֿעלן לויט אַ ווערטער־סדר וואָס פֿאָדערט דעם באַניץ מיטן עקספּלעטיוון עס (זען 4.1 נאָך פּרטים):
ב. געפֿעלן אַקעגן ליב האָבן
- מאָבי האָט ליב שלח־מנות. מײַן שלח־מנות געפֿעלט אים זייער.
- נעמי האָט ליב מאָבין.
- אָט קומט נאָך אַ ראָבאָט! דער ראָבאָט געפֿעלט אונדז.
ליב האָבן באַצײכנט אַ שטענדיקע אָדער לאַנג־דויערדיקע באַציִונג לגבי מענטשן, זאַכן אָדער טוּונגען. געפֿעלן דריקט גיכער אויס אַ מאָמענטאַל געפֿיל.
אַזאַ מאָמענטאַל געפֿיל טרעפֿט זיך אָפֿט ווען מע זעט/הערט/באַגעגנט עפּעס צי עמעצן צום ערשטן מאָל. באַטראַכט דעם חילוק צווישן „איך האָב ליב די שיך“ און „מיר געפֿעלן די שיך“:
- „איך האָב ליב די שיך“: למשל, איך האָב די שיך שוין לאַנג, איך קען זיי גוט, זיי זײַנען אי באַקוועם, אי שיין.
- „מיר געפֿעלן די שיך“: למשל, איך האָב נאָר וואָס באַמערקט די שיך אין דער וויטרינע פֿון אַ קראָם. זיי זעען אויס שיין, האָב איך צו זיי אין דעם מאָמענט אַ פּאָזיטיוו געפֿיל.
פּאָסעסיװע פּראָנאָמען: זײַן / איר
- איך האָב יאַנקלס פּיזשאַמע, אָבער וווּ איז זײַן זשאַבע?
- פּערל באַקט קיכעלעך. אירע קיכעלעך זײַנען געשמאַק.
אין לעקציע 1.5 האָבן מיר געלערנט די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען וואָס דעקן זיך מיט איך און דו; אין 4.3 – די וואָס דעקן זיך מיט מיר, איר און זיי. עס פֿעלן אונדז נאָר די וואָס דעקן זיך מיט ער, זי און עס. אָט זײַנען זיי:
געדענקט:
- מע ניצט די פֿאָרמעס אָן ע (זײַן/איר) מיט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל.
- מע ניצט די פֿאָרמעס מיט ע (זײַנע/אירע) מיט אַ סובסטאַנטיװ אין מערצאָל.
באַמערקט:
- אַזוי ווי מיר האָבן שוין דערמאָנט (זען 4.1 נאָך פּרטים), דאַרף דער פּראָנאָם שטימען מיטן גראַמאַטישן מין פֿון סובסטאַנטיוו. דאָס גילט אויך פֿאַר די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען. למשל:
- אָט איז די שטוב! איר טיר איז קליין אָבער אירע פֿענצטער זײַנען גרויס.
- אָט איז דאָס הויז! זײַן טיר איז קליין אָבער זײַנע פֿענצטער זײַנען גרויס.
- ווען ס׳איז דאָ אַ ביאָלאָגישער מין און ער דעקט זיך נישט מיטן גראַמאַטישן מין שטימט דער פּאָסעסיווער פּראָנאָם מיטן ביאָלאָגישן מין. למשל:
- איך זע דאָס מיידל. און אָט איז איר מאַמע!
- אַ טאַבעלע מיט אַלע פּאָסעסיווע פּראָנאָמען געפֿינט זיך אין 4.5 נאָך פּרטים.