אינהאַלט
דער מאָדאַלער װערב מוזן
- ס׳איז שוין נאַכט. איך בין זייער מיד. איך מוז גיין שלאָפֿן.
- מאירקע קען איצט נישט שפּילן אין קוישבאָל. ער האָט אַ סך היימאַרבעט און ער מוז אַלץ טאָן הײַנט.
אין קאַפּיטל דרײַ האָבן מיר געלערנט דרײַ מאָדאַלע ווערבן: קענען, וועלן (וויל) און דאַרפֿן (זען 3.2 נאָך פּרטים). אין דער לעקציע געפֿינט זיך נאָך אַ מאָדאַלער ווערב: מוזן. מוזן איז ווי אַלע מאָדאַלע ווערבן, דאָס הייסט:
דער באַטײַט פֿון מוזן איז ענלעך צום באַטײַט פֿון דאַרפֿן, נאָר מוזן איז אָפֿט מאָל שטאַרקער און שטרײַכט אונטער אַז ס׳איז נישטאָ קיין ברירה, למשל:
- ס׳איז פֿרײַטיק. איך דאַרף הײַנט באַקן חלות. … אוי, ס׳איז שוין נאָך מיטאָג. איך מוז באַקן די חלות איצט!
אין פֿאַרניינטע זאַצן גיט נישט מוזן איבער אַז מע קען עפּעס טאָן אויב מע וויל, אָבער ס׳איז נישט קיין התחײַבֿות:
- אַ קינד מוז קענען לייענען אָבער עס מוז נישט שפּילן אין טעניס.
קאַפּיטל 4: סך־הכּל
ווערבן מיט קאָנווערבן
דורך קאָנווערבן ווערן געפֿורעמט נײַע ווערבן מיט נײַע באַטײַטן. אָט זײַנען די קאָנווערבן וואָס מיר האָבן שוין געלערנט, לויט די לעקציעס וווּ זיי האָבן זיך באַוויזן צום ערשטן מאָל:
איצטיקע צײַט/אימפּעראַטיוו: צווישן דעם בײגיקן ווערב און דעם קאָנווערב קען (אָבער מוז נישט!) קומען דער סוביעקט אָדער אַן אַדווערב. די פֿאַרניינונג נישט קומט אַלע מאָל צווישן דעם בײגיקן ווערב און דעם קאָנווערב, און געפֿינט זיך געוויינטלעך האַרט פֿאַרן קאָנווערב. אויך אַן אָביעקט־פּראָנאָם געפֿינט זיך געוויינטלעך צווישן דעם בײגיקן ווערב און דעם קאָנווערב. למשל:
- מאָבי, טו אויך אָן אַ שאַל!
- איצט גייען מיר נישט אַרײַן.
- יאַנקל איז מיד. די מאַמע טוט אים שוין אָן די פּיזשאַמע.
זען אױך: אָרט פֿון די פּערזענלעכע פּראָנאָמען (דאָ װײַטער) און די סכעמע פֿונעם אַלגעמײנעם װערטער־סדר אין 5.3 נאָך פּרטים.
דער פּאַרטיקל צו אין דער קאָנסטרוקציע ליב האָבן צו + אינפֿיניטיוו (זען לעקציע 3.4) קומט צווישן דעם קאָנווערב און דעם גרונט־אינפֿיניטיוו, און מע שרײַבט אַלע דרײַ אין איינעם:
- איך האָב ליב אַרײַנצושפּרינגען אין וואַסער.
די בייגפֿאַלן
מיט די דרײַ בייגפֿאַלן, נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו און דאַטיוו, באַשרײַבט מען ווי עס בײַטן זיך אויף ייִדיש טייל סובסטאַנטיוון און ס׳רובֿ פּראָנאָמען, אַדיעקטיוון און אַרטיקלען לויט זייער ראָלע אין זאַץ. אין דעם קאַפּיטל לערנען מיר ווי פּראָנאָמען און פּערזאָן־נעמען בײַטן זיך לויטן בייגפֿאַל.
אין דער ווײַטערדיקער טאַבעלע געפֿינען זיך עטלעכע וויכטיקע ראָלעס וואָס אַ סובסטאַנטיוו קען שפּילן אין אַ זאַץ, צוזאַמען מיטן ענטפֿערדיקן בייגפֿאַל און מיט דער לעקציע וווּ דער בייגפֿאַל ווערט דערקלערט און אילוסטרירט. אַ מער פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿונעם באַגריף בייגפֿאַלן געפֿינט זיך אין 4.2 נאָך פּרטים.
די פּערזענלעכע פּראָנאָמען
די ווײַטערדיקע טאַבעלע רעכנט אויס די פּערזענלעכע פּראָנאָמען אין אַלע בייגפֿאַלן.
אָרט פֿון די פּערזענלעכע פּראָנאָמען
געוויינטלעך שטייט אַ פּערזענלעכער פּראָנאָם אין אַקוזאַטיוו אָדער דאַטיוו גלײַך נאָכן בייגיקן ווערב, למשל:
- מאירקע איז דאָ! איך גיב אים איצט אַ מתּנה.
- פּערל איז נישט אין שטוב. איך קען איר איצט נישט געבן קיין מתּנה.
אויב ס׳איז דאָ מער ווי איין פּראָנאָם איז דער סדר
למשל:
פּראָנאָמען און גראַמאַטישער מין
יעדער סובסטאַנטיוו האָט זיך זײַן גראַמאַטישן מין. איר קענט דערקענען דעם מין לויטן אַרטיקל מיט וועלכן דער סובסטאַנטיוו באַווײַזט זיך אין וואָקאַבולאַר:
אַ פּראָנאָם וואָס פֿאַרבײַט אַ סובסטאַנטיוו אין איינצאָל היט אויף זײַן גראַמאַטישן מין. דער בייגפֿאַל פֿון פּראָנאָם װערט באַשטימט לויט זײַן ראָלע אין זאַץ.
למשל:
- [מאַסקולין, נאָמינאַטיוו] וווּ איז דער מאַנטל? ער איז דאָ.
- [פֿעמינין, אַקוזאַטיוו] נעמי ברענגט אַ פּיזשאַמע אָבער יאַנקל וויל זי נישט אָנטאָן.
- [פּראָנאָם איז נייטראַל, דאַטיוו] דאָס פּאַפּיר איז שמוציק. איך קען אויף אים נישט שרײַבן מײַן היימאַרבעט!
פּערזאָן־נעמען בייגן זיך
ווען אַ פּערזאָן־נאָמען איז אין אַקוזאַטיוו אָדער דאַטיוו, בייגט מען אים. דאָס הייסט: מע גיט צו צום נאָמען דעם סופֿיקס –(ע)ן.
ווען –ן און ווען –ען? זען די טאַבעלע אין 4.2 נאָך פּרטים.
למשל:
- הײַנט קומט מענדל. איך זע שוין מענדלען!
- פּערל איז איצט בײַ מאירקען.
- איך ברענג מאָבין ציבעלעס.
די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען
אין דער ווײַטערדיקער טאַבעלע געפֿינען זיך אַלע פּאָסעסיווע פּראָנאָמען.
באַמערקט:
- דער פּאָסעסיװער פּראָנאָם קומט קײן מאָל נישט צוזאַמען מיטן געװיסיקן אַרטיקל פֿאַרן סובסטאַנטיװ:
- דאָס קלײד – מײַן קלײד –
דאָס מײַן קלײד
- דאָס קלײד – מײַן קלײד –
ווערבן אומרעגולערע אין אינפֿיניטיוו און אין דער איצטיקער צײַט
אָט איז אַ סך־הכּל פֿון די ווערבן וואָס מיר האָבן ביז איצט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ, וואָס זייער אינפֿיניטיוו אָדער זייער קאָניוגאַציע אין דער איצטיקער צײַט איז אומרעגולער. די אומרעגולערע פֿאָרמעס אין די טאַבעלעס דאָ ווײַטער זײַנען אַרויסגעהויבן מיט פֿעטע אותיות. מיר װײַזן אויך אָן אױף די לעקציעס װוּ די פֿאָרמעס װערן געלערנט.