אינהאַלט
דער געװיסיקער אַרטיקל: פֿאָרמעס און באַניץ
נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו, דאַטיוו
- די מאַלפּע נעמט אַרױס די באַנאַנע פֿון דעם רוקזאַק.
אין קאַפּיטל 4 האָבן מיר געלערנט אַז טייל סובסטאַנטיוון און ווערטער װאָס ציִען זיך צו זיי בײַטן זיך אַ מאָל לויט זייער ראָלע אין זאַץ. מיר האָבן אויך געלערנט ווי מע באַניצט זיך מיט די גראַמאַטישע טערמינען נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו און דאַטיוו (די דרײַ בייגפֿאַלן) צו באַשרײַבן די פֿאַרשײדענע פֿאָרמעס. מיר האָבן אַרײַנגעפֿירט די פֿאָרמעס פֿון פּערזענלעכע פּראָנאָמען און פֿון פּערזאָן־נעמען אין אַלע בייגפֿאַלן (זען 4.5 נאָך פּרטים).
אין דער לעקציע פֿאַרנעמען מיר זיך מיטן געוויסיקן אַרטיקל. די אַרטיקלען וואָס איר קענט שוין לאַנג – דער, די, דאָס – זײַנען נאָמינאַטיוו. אין דער טאַבעלע דאָ ווײַטער רעכענען מיר אויס די פֿאָרמעס פֿונעם געוויסיקן אַרטיקל אין אַלע בייגפֿאַלן.
אין דער װײַטערדיקער טאַבעלע געפֿינען זיך משל־זאַצן מיטן געװיסיקן אַרטיקל אין אײנצאָל:
באַמערקט:
- דער געוויסיקער אַרטיקל אין מערצאָל איז אַלע מאָל די, נישט געקוקט אויפֿן מין אָדער בייגפֿאַל. למשל:
- די מאַלפּעס נעמען די רוקזעק און קלעטערן אױף די בײמער.
- איך טראָג די חבֿרים שלח־מנות.
- די פֿאָרמעס פֿונעם געװיסיקן אַרטיקל דערמאָנען אין די פֿונעם פּערזענלעכן פּראָנאָם:
צונױפֿװאַקסן: פּרעפּאָזיציע + דעם
דער אַרטיקל דעם (מאַסקולין דאַטיװ און נײטראַל דאַטיװ) װאַקסט זיך געװײנטלעך צונױף מיט אַ פּרעפּאָזיציע װאָס קומט פֿאַר אים. די צונױפֿװאַקסן פֿון דעם מיט די פּרעפּאָזיציעס וואָס מיר האָבן שוין געלערנט געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ ווײַטער.
דער צונױפֿװאַקס אָן + דעם ← אָנעם איז פֿאַראַן, אָבער אַ סך זעלטענער װי די צונױפֿװאַקסן אין דער טאַבעלע.
באַמערקט:
- קוק אױף דעם שטערן. ער איז אַזױ גרױס!
- פֿון די צװײ פּיצעס נעם איך די מיט די ציבעלעס װײַל איך האָב נישט ליב קײן פֿעפֿערס.
- דער שירעם איז נישט גוט. גיב מיר בעסער דײַן שירעם.
װען דער געװיסיקער אַרטיקל איז אַקצענטירט דינט ער ווי אַן אָנװײַזיקער פּראָנאָם. ער קען פֿאַרשטאַרקט װערן מיטן װאָרט אָט. למשל:
- קוק אױף אָט דעם שטערן. ער איז אַזױ גרױס!
װען דער אַרטיקל דעם איז אַקצענטירט קען מען אים נישט צונױפֿגיסן מיט דער פּרעפּאָזיציע, למשל:
אין און פֿון + סובסטאַנטיװ פֿון אָרט
- איך גיי אַרײַן אין שטוב.
- מאָבי שפּרינגט אַרײַן אין װאַסער.
- די חבֿרים קומען אַרױס פֿון װאַלד.
- גיב אַ קוק! די מאַלפּע שפּרינגט אַראָפּ פֿון בױם!
- װי איז אין דרױסן? איך װעל אַרױסקוקן פֿון פֿענצטער.
נאָך די פּרעפּאָזיציעס אין און פֿון באַגײט מען זיך אָן דעם געװיסיקן אַרטיקל מיט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל (דאָס הײסט, עס פֿעלן די אַרטיקלען דעם און דער). אין אַזעלכע זאַצן רעדט זיך װעגן אַ ספּעציפֿיש אָרט.
באַמערקט:
(צו) + אינפֿיניטיװ
- לאָמיר געבן דער מאַלפּע עפּעס צו עסן.
- מאָבי האָט שױן אַ קאָסטיום צו טראָגן פּורים. און שלח־מנות האָט ער צו געבן די חבֿרים.
- יאַנקל איז גרײט צו גײן אין פּאַרק.
- ס׳איז גוט צו טאָן די הײמאַרבעט מיט אַ חבֿר.
אַן אינפֿיניטיװ װאָס דערגאַנצט אַ סובסטאַנטיװ צי אַן אַדיעקטיװ קומט מיטן פּאַרטיקל צו.
װען נאָך אַ פֿרעגװאָרט קומט אַן אינפֿיניטיװ איז אױך מיט צו, למשל:
- זאָג מיר װען צו קומען אין פּאַרק.
- דו װײסט װאָס צו טאָן?
- פֿרעג אים װי צו מאַכן סושי!
נאָך טײל װערבן (װי מיר האָבן געזען מיט ליב האָבן אין 3.4) קומט דער אינפֿיניטיװ מיט צו, למשל:
- מאַלפּעס האָבן ליב צו עסן באַנאַנעס.
- איך װעל דיר געבן צו פֿאַרשטײן װאָס מיר דאַרפֿן טאָן.
נאָך אַנדערע װערבן קומט דער אינפֿיניטיװ אָן צו. אין דער קאַטעגאָריע האָבן מיר שױן געלערנט די מאָדאַלע װערבן קענען, װעלן (װיל), דאַרפֿן און מוזן, דעם העלפֿװערב פֿון דער קומעדיקער צײַט „װעל“, און עטלעכע באַװעגװערבן, למשל גײן, קומען, לױפֿן, שפּרינגען, פֿליִען. למשל:
- איך דאַרף ברענגען מײַן רוקזאַק.
- דו װעסט טראָגן דאָס קלײדל?
- לאָמיר גײן שװימען!
- קומט שוין עסן!
- איך לױף טאָן די הײמאַרבעט!
צו + אינפֿיניטיװ מיט אַ קאָנװערב
אין 4.1 נאָך פּרטים האָבן מיר שױן דערמאָנט אַז װען דער אינפֿיניטיװ האָט אין זיך אַ קאָנװערב, קומט צו צװישן דעם קאָנװערב און דעם װערבאַלן שטאַם און מע שרײַבט אַלץ אין אײנעם. למשל:
- ביסט גרײט אַרױסצוגײן אין דרױסן?
- די מאַלפּע האָט ליב אַרױפֿצוקלעטערן אױפֿן בױם.
- ער וועט מיר געבן ברױט צו עסן און אַ קלײד אָנצוטאָן.
(צו) + אינפֿיניטיװ: סך־הכּל
אָט איז אַ סך־הכּל פֿון די פֿאַלן װאָס מיר האָבן שױן געלערנט װען דער אינפֿיניטיװ קומט מיט צו, און די װען ער קומט אָן צו. אין 5.5 נאָך פּרטים און 6.5 נאָך פּרטים געפֿינען זיך דערגאַנצטע סך־הכּלען װאָס נעמען אַרײַן די נײַע װערבן פֿון קאַפּיטלען 5 און 6.