נאָך פּרטים

דער המשך־סדר

  • ס׳איז פּסח, עסן מיר מצה אַנשטאָט ברױט.
  • יאַנקל איז געװען מיד, האָט די מאַמע אים געלײגט שלאָפֿן.
  • מאָרגן װעט רעגענען, װעלן מיר נישט שפּילן אין קױשבאָל.

אָט די משל־זאַצן זײַנען צונױפֿגעזעצטע זאַצן װאָס באַשטײען פֿון צװײ פּשוטע (נישט צונױפֿגעזעצטע) זאַצן, אָפּגעטײלט מיט אַ קאָמע. װען מיר ניצן דאָס װאָרט זאַץ אין דער װײַטערדיקער דערקלערונג האָבן מיר אין זינען אָט אַזעלכע פּשוטע זאַצן.

מיר האָבן געלערנט אַז דער בײגיקער װערב אין אַ געװײנטלעכן דערצײלזאַץ איז שטענדיק דער צװײטער זאַצאײנס (זען 2.4 נאָך פּרטים). פֿאַראַן אָבער אַ ספּעציעלער סדר, דער המשך־סדר, װוּ דער װערב איז דער ערשטער זאַצאײנס. דער המשך־סדר װײַזט אָן אױף אַ פֿאַרבינדונג מיטן איצטיקן קאָנטעקסט, װאָס הײסט געװײנטלעך אַ פֿאַרבינדונג מיטן פֿריִערדיקן זאַץ.

זײער אָפֿט שאַפֿט דער המשך־סדר אַן ענלעכע פֿאַרבינדונג װי דאָס װאָרט דערפֿאַר. אין די צונױפֿגעזעצטע משל־זאַצן דאָ אױבן איז דער צװײטער זאַץ דער פּועל־יוצא פֿונעם ערשטן: ס׳איז פּסח, דערפֿאַר עסן מיר מצה אַנשטאָט ברױט; יאַנקל איז געװען מיד, דערפֿאַר האָט די מאַמע אים געלײגט שלאָפֿן; מאָרגן װעט רעגענען, דערפֿאַר װעלן מיר נישט שפּילן אין קױשבאָל. מע קען טאַקע פֿאָרמולירן אָט די זאַצן מיטן װאָרט דערפֿאַר, אָבער ס׳איז נישט נײטיק: דער װערטער־סדר אין אַזאַ קאָנטעקסט, דאָס אַװעקשטעלן דעם װערב אױפֿן ערשטן אָרט, איז גענוג.

אָט זײַנען נאָך עטלעכע בײַשפּילן װוּ דער המשך־סדר װײַזט אָן אױף אַ פּועל־יוצא. באַמערקט אַז אַ זאַץ אינעם המשך־סדר קען זײַן אָפּגעטײלט פֿונעם פֿריִערדיקן מיט אַ קאָמע (אַזױ װי אין די בײַשפּילן דאָ אױבן) אָדער מיט אַ פּינטל (זען אין די װײַטערדיקע בײַשפּילן).

  • מאָבי האָט אַרײַנגעבראַכט זײַן שניטקע אין קיך װײַל ער האָט נישט געװוּסט אַז מע רײניקט אױף פּסח. האָט נעמי אים געזאָגט אַז מע טאָר נישט אַרײַנברענגען קײן חמץ און אים געגעבן אַ באַר.
  • נעמי װיל קױפֿן אַ נײַ קלײד לכּבֿוד יום־טובֿ, אָבער זי האָט נישט גענוג געלט אויף צו קױפֿן דאָס קלײד און אויך געבן צדקה. קױפֿט זי אַ שאַל און אַזױ האָט זי אױך געלט אױף צדקה.
  • נאָך דער מעשׂה אין לעקציע 3.3 קומט אַרײַן נעמיס מאַמע און זעט װי נעמי און מאָבי עסן פּיצע:

נעמיס מאַמע:

פֿאַר װאָס עסט איר הײַנט פּיצע?

נעמי:

מיר האָבן נישט קײן אײער, קענען מיר נישט באַקן קײן קוגל; מיר האָב נישט קײן פּאָמידאָרן אָדער מערן, קענען מיר נישט קאָכן קײן זופּ. עסן מיר הײַנט פּיצע.

נאָך אַ פֿאַרשפּרײטער באַניץ פֿונעם המשך־סדר איז אין אַ נאַראַטיװ: דער המשך־סדר העלפֿט שאַפֿן דערצײלערישע פֿאַרבונדנקײט און אימפּעט. חוץ דער פֿאַרבינדונג דערפֿאַר שאַפֿט דער המשך־סדר אין אַ נאַראַטיװ אױך פֿאַרבינדונגען ענלעך צו די װערטער דעמאָלט און װײַטער.

אָט למשל קען מען דערצײלן די מעשׂה װאָס נעמי לײענט פֿאָר אין לעקציע 3.5. בשעת איר לײענט זי איבער, טראַכט װוּ דער המשך־סדר גיט איבער די פֿאַרבינדונג דערפֿאַר, און װוּ די פֿאַרבינדונג דעמאָלט אָדער װײַטער.

אַ פֿרױ זאָגט: „בײַ מיר איז ענג אין שטוב!“ אָבער זי ווייסט נעבעך נישט וואָס צו טאָן. גייט זי פֿרעגן בײַם רבֿ. גיט איר דער רבֿ אַ הון, אַ ציג און אַ קו און זאָגט איר: „נעמט זײ אַרײַן צו זיך אין שטוב!“ טוט די פֿרױ אַזוי ווי דער רבֿ האָט געזאָגט. בײַ איר אין שטוב איז איצט אַזױ ענג – ס׳איז שרעקלעך. מוז זי צוריקגײן צום רבֿ נאָך אַ מאָל פֿרעגן...

דער עקספּלעטיװער עס און דער המשך־סדר

דער עקספּלעטיװער עס (זען 4.1 נאָך פּרטים) איז נישט שײך אינעם המשך־סדר װײַל דער װערב פֿאַרנעמט דאָס ערשטע אָרט (דאָס אײנציקע אָרט װוּ עס קען זיך געפֿינען דער עקספּלעטיװער עס). פֿאַרגלײַכט למשל:

  • עס איז דאָ בײַ אונדז אַ סך מצה.
    פּסח קומט, איז דאָ בײַ אונדז אַ סך מצה.
  • עס שײַנט נישט די זון.
    עס גײט אַ שטאַרקער רעגן, שײַנט נישט די זון.

דער אומגעװיסיקער פּראָנאָם מע(ן)

די פֿאָרמע

די פֿאָרמע פֿונעם אומגעװיסיקן פּראָנאָם איז מע פֿאַרן װערב און מען נאָך אים. למשל:

  • מע קומט.
  • הײַנט קומט מען.

פֿאַרגלײַכט אָט די באַקאַנטע שפּריכװערטער:

  • אַז מע מוז, מוז מען.
  • אַז מע גיט, נעמט מען.

פֿאַר אַ װערב מיט אַ װאָקאַל װאָרט־אײַן אָדער פֿאַר האָט טרעפֿט מען אַ מאָל אַנשטאָט מע די פֿאָרמע מ׳ (פֿאַרגלײַכט די קירצונגען בײַ טײל אַנדערע פּראָנאָמען, זען 5.5 נאָך פּרטים). למשל:

  • מ׳איז געקומען.
  • מ׳האָט געגעסן.

מען פֿאַרן װערב טרעפֿט מען אַ מאָל אױך; די סאַמע פֿאַרשפּרײטע פֿאָרמע פֿאַרן װערב אין דער גערעדטער שפּראַך איז אָבער מע. נאָכן װערב איז שטענדיק מען.

אַזױ װי מע זעט אין די משל־זאַצן דאָ אױבן, קומט מע(ן) מיט דער װערבפֿאָרמע פֿון דער דריטער פּערזאָן אײנצאָל (אַזוי װי ער/זי/עס).

דער באַניץ

מע ניצט דעם אומגעװיסיקן פּראָנאָם מע(ן) װי דעם סוביעקט פֿון אַ װערב װען דער טוער פֿונעם װערב איז אַ מענטש אָדער מענטשן, און ס׳איז נישט װיכטיק אָדער נישט געװוּנטשן צוליב װאָסער נישט איז סיבה אָנצוגעבן דעם פּינקטלעכן טוער. אָט זײַנען עטלעכע פֿאַלן װוּ עס פּאַסט מע:

  • מע װײסט אָדער מע קען זיך פֿאָרשטעלן, װער עס טוט די זאַך, אָבער דער עיקר איז װאָס מע טוט. למשל:
    • נעמי קען איבערגעבן פּערלען: „נעכטן האָט מען גערײניקט די קיך אױף פּסח.“ כאָטש נעמי װײסט װער עס האָט גערײניקט די קיך איז נישט װיכטיק דאָס איבערצוגעבן; דער עיקר איז דאָס רײניקן אַלײן.
    • נעמי זעט װי די מאַמע פּאַקט אײַן אַ פּיקניק און פֿרעגט: „װאָס טוט מען הײַנט?“ מסתּמא האָט נעמי אין זינען די משפּחה, אָבער דער עיקר איז בײַ איר צו װיסן װאָס מע טוט, ס׳איז שױן גענוג קלאָר װער עס טוט עס.
    • בײַם געזעגענען זיך מיט פּערלען קען נעמי זאָגן: „מע װעט זיך זען“. נעמי האָט אין זינען ספּעציפֿישע מענטשן, זיך מיט פּערלען, אָבער דאָס פֿאַרשטײט זיך שױן און דער עיקר איז דאָס זען זיך װידער. (װעגן דעם קעגנאַנאַנדיקן זיך זען 5.3 נאָך פּרטים).
  • מע װיל אױסמײַדן אָנצוגעבן אַ פּרעציזן סוביעקט. למשל:
    • אַ לערער האָט געזען װי אַ פּאָר תּלמידים פֿאַרגעסן צוריקצולײגן די פֿעדערס אין דער פּושקע. ער װיל אָבער נישט אױסרופֿן זײערע נעמען פֿאַרן גאַנצן קלאַס, און ער װיל אָנזאָגן דעם גאַנצן קלאַס אַז מע דאַרף ריכטיק צוריקלײגן די פֿעדערס, קען ער זאָגן: „מע האָט נישט צוריקגעלײגט די פֿעדערס. געדענקט צוריקצולײגן די פֿעדערס אין דער פּושקע!“

װיל + זאָל

  • מאָבי װיל איצט עסן מצה.
  • נעמי װיל, (אַז) מאָבי זאָל נישט עסן קײן מצה פֿאַרן סדר.
  • טאַטע־מאַמע װילן רײניקן אױף פּסח.
  • זײ װילן, (אַז) די קינדער זאָלן אױך העלפֿן.

װי מיר װײסן שױן, קומט דער װערב װעלן/װיל מיטן אינפֿיניטיװ (זען 3.2 נאָך פּרטים). אַזױ איז דער פֿאַל װען דער סוביעקט פֿונעם װעלן איז דער זעלבער װי דער טוער פֿונעם אינפֿיניטיװ. אָבער װען דער טוער פֿונעם אינפֿיניטיװ איז אַנדערש, קומט צו אַ נײַער סוביעקט מיטן העלפֿװערב זאָל, דאָס הײסט: אײנער װיל אַז אַ צװײטער זאָל עפּעס טאָן.

דעם העלפֿװערב זאָל קאָניוגירט מען װי אַ װערב אין דער איצטיקער צײַט, נאָר עס פֿעלט דער –⁠ט בײַ דער דריטער פּערזאָן איינצאָל. זאָל קומט מיטן אינפֿיניטיװ.

דער העלפֿװערב זאָל
איך זאָל + אינפֿיניטיװ
דו זאָלסט
ער/זי/עס, מע זאָל
מיר זאָלן
איר זאָלט
זײ זאָלן

אין זאַצן מיט װיל + זאָל איז די קאָניונקציע אַז ברירהדיק.

אָט זײַנען בײַשפּילן מיטן װערב װעלן אין דער קומעדיקער צײַט און אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט צוזאַמען מיטן אינפֿיניטיװ און מיטן העלפֿװערב זאָל:

  • ליבע װעט װעלן זײַן אױפֿן גאַנצן סדר.
  • אָבער די מאַמע װעט װעלן, (אַז) זי זאָל זיך לײגן שלאָפֿן נאָכן עסן.
  • מאירקע האָט געװאָלט שפּילן אין קױשבאָל.
  • ער האָט געװאָלט, (אַז) איך, מאָבי, און פּערל זאָלן מיט אים שפּילן.

די מאָדאַלע װערבן מעגן / נישט טאָרן

  • דו מעגסט שרײַבן אין דער העפֿט, אָבער אינעם בוך טאָרסטו נישט שרײַבן.
  • דאָ טאָר מען נישט געבן צו עסן די חיות.
  • איר מעגט זיצן װוּ איר װילט, נאָר נישט אױף אָט די צװײ בענקלעך װוּ טאַטע־מאַמע זיצן.

מיר האָבן אין פֿריִערדיקע לעקציעס שױן געלערנט די מאָדאַלע װערבן קענען (3.1), װעלן/װיל, דאַרפֿן (3.2), און מוזן (4.5). מעגן און נישט טאָרן, נײַע װאָקאַבלען אין דער איצטיקער לעקציע, געהערן אױך צו דער גרופּע מאָדאַלע װערבן.

מעגן און נישט טאָרן האָבן די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דער גרופּע מאָדאַלע װערבן:

  • זײ דריקן נישט אױס קײן בפֿירושע טוּונג, נאָר די באַציִונג צו אַ צװײטן װערב. מעג װײַזט אָן אױף דערלױבעניש, און נישט טאָרן אױף פֿאַרװער.
    טאָרן קומט כּמעט שטענדיק מיט דער פֿאַרנײנונג נישט.
  • מע קאָניוגירט מעגן און נישט טאָרן װי אַלע װערבן אין דער איצטיקער צײַט, נאָר די דריטע פּערזאָן אײנצאָל האָט נישט קײן ענדונג: ער מעג / ער טאָר נישט.
  • מעגן און נישט טאָרן קומען געװײנטלעך מיט אַ צװײטן װערב אין אינפֿיניטיװ, למשל:

    • פּסח מעג מען עסן מצה אָבער מע טאָר נישט עסן קײן חמץ.

    אַזױ װי מוזן, קענען מעגן און נישט טאָרן נישט האָבן קײן דירעקטן אָביעקט, להיפּוך צו קענען, װעלן, און דאַרפֿן, װאָס קענען יאָ קומען מיט אַ דירעקטן אָביעקט, למשל:

    • מע דאַרף קױפֿן מצה. / מע דאַרף מצה.
    • מאָבי װיל עסן מצה. / מאָבי װיל מצה.

    אָבער נאָר

    • מע מעג עסן מצה.
    • מע טאָר נישט עסן קײן חמץ.
    • מע מוז עסן מצה בײַם סדר.

פּרעפּאָזיציעס + ציל (װוּהין מע גײט) און אָרט (װוּ מע געפֿינט זיך)

  • נעמי גײט אין פּאַרק.
  • נעמי גײט אױף אַ קאָנצערט.
  • נעמי גײט צום פּאַרק (אָבער זי גײט נישט אַרײַן אין פּאַרק).
  • נעמי גײט צו פּערלען.

אין יעדן זאַץ דאָ אױבן האָט נעמיס גײן אַן אַנדער מין ציל. די פּרעפּאָזיציע דאַרף זיך צופּאַסן צום ציל, װי דערקלערט אין דער טאַבעלע:

ציל פּרעפּאָזיציע למשל:
אַן אָרט װוּ מע גײט אַרײַן* אין די קינדער גײען אין שול.
אַן אונטערנעמונג אױף נעמי און מאָבי גײען אױף אַ קױשבאָל־שפּיל.
אַן אָרט װאָס מע קען אין אים אַרײַנגײן אָבער מע גײט נישט אַרײַן, מע גײט נאָר צו.
צו די קינדער גײען צו דער שול. (די סיטואַציע קען למשל זײַן אַזאַ: די קינדער גײען צו דער שול װוּ עס װאַרט אױף זײ אַן אױטאָבוס װאָס װעט זיי פֿירן אױף אַן אַרױספֿאָר. זײ גײען נישט אַרײַן אין שול װײַל זײ גײען גלײַך אַרױף אױפֿן אױטאָבוס.)
אַן אָרט װאָס מע גײט צו אים נאָר צו, װײַל אַרײַנגײן איז נישט שײך. יאַנקל גײט צו צו דער טיר.
אַ מענטש צו לאָמיר גײן צו באָבע־זײדע!

*„אַרײַנגײן“ מײנט לאַװ־דװקא „אינעװײניק“, נאָר נעמט אױך אַרײַן אָפּגעגרענעצטע ערטער װי אַ פּאַרק אָדער אַ װאַלד.

  • נעמי גײט אין פּאַרק. איצט איז זי אין פּאַרק.
  • נעמי גײט אױף אַ קאָנצערט. איצט איז זי אױף אַ קאָנצערט.
  • נעמי גײט צום פּאַרק. איצט איז זי בײַם פּאַרק.
  • נעמי גײט צו פּערלען. איצט איז זי בײַ פּערלען.

באַמערקט אין אָט די בײַשפּילן װעלכע פּרעפּאָזיציעס מע ניצט װען מע רעדט װעגן װוּ אָדער בײַ װעמען מע געפֿינט זיך. אין און אױף ניצט מען סײַ מיט אַ ציל, סײַ מיט אַן אָרט װוּ מען איז. צו קען מען אָבער נאָר ניצן מיט אַ ציל; װען עס רעדט זיך װעגן אַן אָרט װוּ מען איז, ניצט מען בײַ.

אין ייִדישפּאָפּ האָבן מיר נישט געלערנט קײן געאָגראַפֿישע נעמען, נאָר לאָמיר אױך דערמאָנען די פּרעפּאָזיציעס װאָס װערן געניצט מיט זײ:

  • איך פֿאָר* קײן לאָנדאָן. איצט בין איך אין לאָנדאָן.
  • ער פֿאָרט קײן אַמעריקע. איצט איז ער אין אַמעריקע.

*דעם װערב פֿאָרן לערנען מיר אין לעקציע 6.3.

װען אַ געאָגראַפֿישער נאָמען איז אַ ציל, איז די פּרעפּאָזיציע קײן. װען ער איז דאָס אָרט װוּ מע געפֿינט זיך, איז די פּרעפּאָזיציע אין.

סך־הכּל:

גײן ___ זײַן ___
אַן אָרט װוּ מע גײט אַרײַן אין אין
אַן אונטערנעמונג אױף אױף
אַן אָרט װאָס מע גײט צו אים נאָר צו צו בײַ
אַ מענטש צו בײַ
אַ פּרט־נאָמען פֿון אַ לאַנד, געגנט צי ייִשובֿ (שטאָט, שטעטל, דאָרף) קײן אין

באַמערקט:

  • װען די פּרעפּאָזיציע אין קומט מיט אַ סובסטאַנטיװ װאָס באַצײכנט אַ ספּעציפֿיש אָרט איז געװײנטלעך אָן דעם געװיסיקן אַרטיקל (זען 5.1 נאָך פּרטים „אין און פֿון + סובסטאַנטיװ פֿון אָרט“). מיט די אַנדערע דערמאָנטע פּרעפּאָזיציעס – אױף, צו, בײַ – קען דער געװיסיקער אַרטיקל נישט פֿעלן. למשל:

    • איך גײ... אין פּאַרק / אױפֿן קאָנצערט / צום פּאַרק.
    • איך בין.. אין פּאַרק / אױפֿן קאָנצערט / בײַם פּאַרק.
  • אין לעקציע 5.3 האָבן מיר געלערנט די פֿראַזע אין דער הײם װאָס באַשרײַבט דאָס אָרט װוּ מע געפֿינט זיך:

    • איך בין אין דער הײם.

    װען עס רעדט זיך װעגן אַ ציל איז די פֿאָרמע אַהײם:

    • איך גײ אַהײם.
< גײן ___ > < זײַן ___ >
אַן אָרט װוּ מע גײט אַרײַן קום אַרײַן אין שטוב! די קינדער לערנען זיך אין שול.
אַן אונטערנעמונג באָבע־זײדע קומען אױפֿן סדר. מאָבי האָט געשפּילט אױף אַ קאָנצערט.
אַן אָרט װאָס מע גײט צו אים נאָר צו דאָס הינטל לױפֿט צו צו דער װאַנט. דאָס הינטל שטײט בײַ דער װאַנט.
אַ מענטש מיר פֿאָרן צו באָבע־זײדע מיטן אױטאָבוס. מיר האָבן געגעסן בײַ באָבע־זײדע.
אַ געאָגראַפֿישער נאָמען זײ װעלן פֿליִען קײן אַמעריקע. זײ װעלן עסן סושי אין אַמעריקע?

װײַטער װעגן דעם קאָנװערב צו

מיר ברײטערן דאָ אױס די דערקלערונג װעגן דעם קאָנװערב צו װאָס מיר האָבן געגעבן אין 6.1 נאָך פּרטים.

  • זעץ זיך צו צו מיר און מיר װעלן זײ [די בילדער] אָנקוקן צוזאַמען. (6.1)
  • ס׳איז נאָך נישט פּסח, מוז מען נאָך צוּװאַרטן אַ ביסל. (6.2)

כּדי צו פֿאַרשטײן דעם קאָנװערב צו אין אָט די צװײ זאַצן פֿון די לעצטע צװײ לעקציעס, לאָמיר זיך דערמאָנען אַז קאָנװערבן, װי מיר האָבן באַמערקט אין 4.1 נאָך פּרטים, לאָזן זיך טײלן אין צװײ גרױסע קאַטעגאָריעס:

  1. קאָנװערבן װאָס דער באַטײַט װאָס זײ גיבן צו צום װערב איז גלײַך קלאָר. אַ װיכטיקע גרופּע אין דער קאַטעגאָריע איז ריכטונג־קאָנװערבן, װי אַרײַן, אַרױס, אַרױף, אַראָפּ, צוריק. אַז מע פֿאַרשטײט שױן למשל אַרײַן און גײן, איז קלאָר דער באַטײַט פֿון אַרײַנגײן.
  2. קאָנװערבן װאָס מע קען נישט פֿאָרױסזאָגן דעם באַטײַט װאָס זײ גיבן צו צום װערב. אָט זײַנען עטלעכע װערבן מיט קאָנװערבן װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ װי באַזונדערע װאָקאַבלען װײַל זײער באַטײַט לאָזט זיך נישט אַרױסדרינגען פֿון די באַזונדערע באַטײַטן פֿון קאָנװערב + װערב : אָנטאָן, אױסטאָן, אָנקוקן, אָנקומען, אױפֿשטײן, אָנהײבן.

דער קאָנװערב צו פּאַסט זיך אַרײַן אין בײדע קאַטעגאָריעס:

  1. װי אַ ריכטונג־קאָנװערב װײַזט צו אָן אױף אַ באַװעגונג צו אַ געװיסן פּונקט. למשל:
    • זעץ זיך צו צו מיר.“

      װען נעמי זאָגט מאָבין אַזױ אין לעקציע 6.1, גיט זי צו פֿאַרשטײן גאַנץ קאָנקרעט די ריכטונג פֿון מאָביס זעצן זיך, אַז נאָכן זעצן זיך זאָל ער זײַן האַרט לעבן איר.

    • יאַנקל גײט צו צו דער טיר.

      דאָס מײנט אַז די ריכטונג פֿון יאַנקלס גײן איז געצילעװעט, ער זאָל זײַן בײַ דער טיר.

    • די באָבע טראָגט צו צום טיש אַ טעלער קיכעלעך.

      דאָס הײסט אַז די באָבע טראָגט אַ טעלער קיכעלעך מיט דער כּװנה אַז די קיכעלעך זאָלן זײַן אױפֿן טיש.

  1. אין ייִדישפּאָפּ האָבן מיר געלערנט צװײ װערבן מיטן קאָנװערב צו װאָס איז נישט קײן ריכטונג־קאָנװערב: צושמײכלען (6.1) און צוּװאַרטן (6.2).

    צושמײכלען מײנט: באַגלייטן רייד, אַ געדאַנק אָדער אַ טוּונג מיט אַ שמייכל, למשל:

    • מײַנע שװעסטערקינדער מענדל און מינדל קוקן אױף מיר און שמײכלען צו. (6.1)
    • איך דערצייל ליבען אַ שיינע מעשׂה און די מאַמע שמייכלט צו.

    צוּװאַרטן מײנט: װאַרטן אַ קורצע צײַט. פֿאַרגלײַכט אָט די זאַצן פֿונעם פֿילם:

    • װען מעג מען עסן מצה? װי לאַנג דאַרף מען נאָך װאַרטן?
    • מע מוז אַ ביסל צוּװאַרטן, מאָביניו.

פּרעפּאָזיציעס מיט װאַרטן און צוּװאַרטן

װאַרטן און צוּװאַרטן קומען מיט דער פּרעפּאָזיציע אױף צו באַשטימען דעם ציל פֿונעם װאַרטן:

  • איך װאַרט אױפֿן אױטאָבוס.
  • װאַרט צו אױף דער מאַמען! זי קומט באַלד!

די פּרעפּאָזיציע/קאָניונקציע ביז גיט איבער דעם געדױער פֿונעם װאַרטן, אָנװײַזנדיק אױפֿן סוף־פּונקט דערפֿון:

  • מע מוז װאַרטן ביזן סדר.
  • איכ׳ל װאַרטן צו רײניקן מײַן צימער ביז מאָבי קומט.
  • יאַנקל װאַרט צו ביז די קיכעלעך װעלן זײַן גרײט.

די פּרעפּאָזיציע אום

די פּרעפּאָזיציע אום ניצט מען מיט צײַטאָפּשניטן פֿונעם ייִדישן לוח (למשל, אַ טאָג אָדער אַ יום־טובֿ) און װען מע רעדט װעגן עפּעס װאָס איז פֿאַרבונדן מיטן ספּעציפֿישן כאַראַקטער פֿון יענער צײַט.

זי איז ברירהדיק – די װײַטערדיקע זאַצן קענען אױך קומען אָן קײן שום פּרעפּאָזיציע:

  • (אום) שבת עסן מיר חלה.
  • (אום) פּסח טאָר מען נישט עסן קײן חמץ.
  • (אום) סוכּות בענטשט מען אתרוג.

מיט אַנדערע צײַט־באַצײכענונגען װערט אום זעלטן געניצט.

געדענקט אַז געװײנטלעך ניצט מען נישט קײן פּרעפּאָזיציע מיט נעמען פֿון טעג און זײגער־אױסדרוקן, למשל:

  • זונטיק שפּילן מיר אין קױשבאָל.
  • דער אױטאָבוס איז אָנגעקומען אַ פֿערטל נאָך זיבן.