אינהאַלט
- װערבאַלע פּרעפֿיקסן (און קאָנװערבן)
-
קאַפּיטל 6: סך־הכּל
- די פֿאַרגאַנגענע צײַט
- קאָנװערבן
- דרײַ העלפֿװערבן: פֿלעג, װאָלט, זאָל
- מאָדאַלע װערבן
- (צו) + אינפֿינטיװ
- װערבן מיט זיך
- איז דאָ / זײַנען דאָ
- דער אומגעװיסיקער פּראָנאָם מע(ן)
- דער פּאָסעסיװ
- טאַטע, מאַמע, זײדע, באָבע
- פּרעפּאָזיציעס + ציל (װוּהין מע גײט) און אָרט (װוּ מע געפֿינט זיך)
- אַדיעקטיװן און אַדװערבן
- צונױפֿגעזעצטע זאַצן
- דאָס װאָרט צי – פֿרעגװאָרט און קאָניונקציע
- רעלאַטיװע בײַזאַצן
- אַנדערע װערטער און אױסדרוקן
- דער דימינוטיװ
- די פֿאַרגאַנגענע צײַט: טאַבעלעס
װערבאַלע פּרעפֿיקסן (און קאָנװערבן)
פֿאַראַן אױף ייִדיש זעקס װערבאַלע פּרעפֿיקסן. מיט די נײַע װאָקאַבלען פֿון דער איצטיקער לעקציע האָבן מיר איצט געלערנט כאָטש אײן װערב מיט יעדן פּרעפֿיקס. אָט רעכענען מיר אױס די זעקס פּרעפֿיקסן צוזאַמען מיט די װערבן װאָס מיר האָבן געלערנט מיט זײ, און די לעקציע װוּ יעדער װערב ווערט געלערנט:
אַ װערבאַלער פּרעפֿיקס שײדט זיך אונטער פֿון אַ קאָנװערב װי עס װײַזט די טאַבעלע דאָ װײַטער מיט די משל־װערבן אַנטלױפֿן און אַרײַנלױפֿן:
*דער אַקצענטירטער טראַף װערט באַצײכנט מיטן סימבאָל [ ֜ ].
באַמערקט:
קאַפּיטל 6: סך־הכּל
די פֿאַרגאַנגענע צײַט
אַ רשימה מיטן העלפֿװערב און פּאַרטיציפּ פֿון אַלע װערבן װאָס מע האָט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ געפֿינט זיך בײַם סוף פֿון די נאָך פּרטים. דאָרטן געפֿינט זיך אױך אַ פֿאַרגרעסערטע רשימה װערבן מיטן העלפֿװערב זײַן װאָס נעמט אַרײַן װערבן װאָס מע האָט נישט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ.
קאָנװערבן
אינעם אָפּטײל דאָ אױבן װעגן װערבאַלע פּרעפֿיקסן האָבן מיר אָנגעװיזן אױף די אונטערשײדן צװישן װערבאַלע פּרעפֿיקסן און קאָנװערבן. די צאָל װערבאַלע פּרעפֿיקסן איז קלײן – נאָר די זעקס װאָס מיר האָבן אױסגערעכנט דאָ אױבן. די צאָל קאָנװערבן איז אַ סך גרעסער – העכער דרײַסיק. אין ייִדישפּאָפּ באַװײַזן זיך װערבן מיט צען פֿאַרשײדענע קאָנװערבן. זײ װערן אױסגערעכנט אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער צוזאַמען מיט די לעקציעס װוּ מע הערט זײ אין פֿילמעלע. מיר גיבן אױך אָן די לעקציעס װוּ מע הערט אַ ריכטונג־קאָנװערב אָן קײן װערבאַלן שטאַם (זען 5.4 נאָך פּרטים).
דרײַ העלפֿװערבן: פֿלעג, װאָלט, זאָל
די פֿאָרמע
די דרײַ העלפֿװערבן פֿלעג, װאָלט, און זאָל קאָניוגירט מען מיט די זעלבע ענדונגען װי װערבן אין דער איצטיקער צײַט, חוץ אײן פֿאָרמע פֿון זאָל: די דריטע פּערזאָן אײנצאָל האָט נישט קײן –ט (ער/זי/עס זאָל).
פֿלעג און זאָל קומען מיטן אינפֿניטיװ. װאָלט קומט מיטן פּאַרטיציפּ.
באַטײַט און באַניץ
פֿלעג
מיט פֿלעג גיט מען איבער אַז אַ טוּונג אין אַ שױן דערװײַטערטער פֿאַרגאַנגענהײט איז נישט געװען קײן אײנמאָליקע, נאָר האָט זיך איבערגעחזרט אַן אומבאַשטימטע צאָל מאָל. למשל:
- דער טאַטע פֿלעגט לײענען אַ צײַטונג אַלע טאָג אין דער פֿרי אָבער איצט הערט ער בעסער פּאָדקאַסטן.
- װען איך בין געװען אַ קלײן מײדל פֿלעג איך זיך באַהאַלטן אונטערן טיש.
זען אױך 6.1 נאָך פּרטים.
װאָלט
מיט װאָלט באַשרײַבט מען היפּאָטעטישע סיטואַציעס אָדער פּאַסירונגען וואָס שטימען נישט מיט דער וואָר. די קאָנסטרוקציע מיט הלװאַי דריקט אױס באַדױער אַז עפּעס איז אַזױ און נישט אַנדערש; תּנאַי־זאַצן מיט װאָלט דריקן אױס אַ פּועל־יוצא פֿון אַ היפּאָטעטישער סיטואַציע, למשל:
- הלװאַי װאָלטן מיר געקענט גײן אױפֿן פֿילם! (צום באַדױערן קענען מיר נישט גײן.)
- װען מיר װאָלטן נישט געהאַט אַזױ פֿיל אַרבעט, װאָלטן מיר געגאַנגען אױפֿן פֿילם.
דאָס צײַטגערעם פֿון אַ זאַץ מיט װאָלט – איצט אָדער פֿריִער – װערט באַשטימט דורכן קאָנטעקסט. למשל:
- [איצט] איצט זעען מײַנע חבֿרים אַ פֿילם צוזאַמען. הלװאַי װאָלט איך געקענט זען דעם פֿילם מיט זײ!
- [פֿריִער] נעכטן אין אָװנט האָבן מײַנע חבֿרים געזען אַ פֿילם צוזאַמען. הלװאַי װאָלט איך געקענט זען דעם פֿילם מיט זײ!
זען אױך 6.3 נאָך פּרטים.
זאָל
מיר האָבן געלערנט צװײ באַניצן פֿונעם העלפֿװערב זאָל:
מיטן װערב װעלן/װיל קומט דער אינפֿיניטיװ װען דער סוביעקט פֿונעם װעלן איז דער זעלבער װי דער טוער פֿונעם אינפֿיניטיװ. אָבער װען דער טוער פֿונעם אינפֿינטיװ איז אַנדערש, קומט צו אַ נײַער סוביעקט מיטן העלפֿװערב זאָל פּלוס אינפֿיניטיװ. פֿאַרגלײַכט:
- מײַן חבֿרטע װיל זיך באַקענען מיט מײַן שװעסטער.
- מײַן חבֿרטע װיל, (אַז) איך זאָל זיך באַקענען מיט איר שװעסטער.
אין אַ פֿראַגע גיט איבער דער העלפֿװערב זאָל אַז מע באַטראַכט עפּעס, מע זוכט אַן עצה, אָדער אַז מע געפֿינט נישט קײן גרינגן ענטפֿער, למשל:
- זאָל דאָס מײַזל אַנטלױפֿן פֿון דער קאַץ אָדער זיך באַהאַלטן?
- װאָס זאָל מען עסן װען באָבע־זײדע קומען צו גאַסט?
זען אױך 6.2 נאָך פּרטים און 6.4 נאָך פּרטים.
מאָדאַלע װערבן
מיר האָבן איצט געלערנט זעקס מאָדאַלע װערבן: קענען, װעלן, דאַרפֿן, מוזן, מעגן, נישט טאָרן. אַזױ װי מיר האָבן געשריבן אין 3.2 נאָך פּרטים, דריקן אױס מאָדאַלע װערבן נישט קײן בפֿירושע טוּונג, נאָר די באַציִונג צום צווייטן ווערב אָדער צום אָביקעט: אַ באַדערפֿעניש, באַגער, פֿעיִקייט, דערלויבעניש, פֿאַרווער, השערה, התחײַבֿות. די װערבן קענען, װעלן, און דאַרפֿן קענען קומען מיט אַן אינפֿיניטיװ אָדער מיט אַ דירעקטן אָביעקט; מוזן, מעגן און נישט טאָרן קומען נאָר מיט אַן אינפֿיניטיװ. אױב דער אינפֿיניטיװ/אָביעקט איז קלאָר פֿון קאָנטעקסט, לאָזט מען אים אַ מאָל דורך.
משל־זאַצן מיט די מאָדאַלע װערבן:
- מע טאָר זיך נישט באַהאַלטן אױב מע װיל זיך באַקענען מיט מענטשן.
- מאָבי װיל אַ הײס געטראַנק, אָבער איך װיל אַ קאַלטס.
- מאָרגן הײבט זיך אָן פּסח, דאַרפֿן מיר אַ סך מצה.
- קודם האָט די מאַמע געמוזט אַװעקשאַרן דעם שנײ, דערנאָך האָט זי געקענט אַרױספֿאָרן.
- איך קען נישט דײַן חבֿר. קענסט מיך באַקענען מיט אים?
מע קאָניוגירט די מאָדאַלע װערבן אין דער איצטיקער צײַט מיט די געװײנטלעכע ענדונגען, חוץ דער דריטער פּערזאָן אײנצאָל װאָס האָט נישט קײן ענדונג. די פֿאַרגאַנגענע צײַט שאַפֿט זיך מיטן העלפֿװערב האָבן און אַ פּאַרטיציפּ אױף –ט. דער פּאַרטיציפּ פֿון װעלן קומט מיט אַן איבערקלאַנג: געװאָלט; אַלע אַנדערע מאָדאַלע װערבן האָבן אַ פּאַרטיציפּ לױטן געװײנטלעכן מוסטער:
גע + שטאַם + ט.
די פֿאָרמעס אין דער איצטיקער צײַט און אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט פֿון אַלע מאָדאַלע װערבן װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער.
(צו) + אינפֿינטיװ
די טאַבעלע דאָ װײַטער פֿאַרסך־הכּלט די פֿאַלן װען פֿאַרן אינפֿיניטיװ קומט דער פּאַרטיקל צו. אַן ערשטער נוסח פֿון דער טאַבעלע געפֿינט זיך אין 5.1 נאָך פּרטים און אַן אױסגעברײטערטער נוסח אין 5.5 נאָך פּרטים. איצט האָבן מיר דערגאַנצט די קאַטעגאָריעס „װערבן װאָס קומען מיט אַן אינפֿיניטיװ מיט צו און אָן צו“, זײ זאָלן אַרײַננעמען די נײַע װאָקאַבלען פֿון קאַפּיטל 6 און אַזױ אַרום, אַלע שײכדיקע װערבן װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ.
*אָנהײבן טרעפֿט מען סײַ אָן צו, סײַ מיט צו פֿאַרן אינפֿיניטיװ. בײדע זײַנען ריכטיק:
- עס הײבט אָן רעגענען.
- עס הײבט אָן צו רעגענען.
װען דער אינפֿיניטיװ האָט אין זיך אַ קאָנװערב, קומט צו צװישן דעם קאָנװערב און דעם װערבאַלן שטאַם, און מע שרײַבט אַלץ אין אײנעם. למשל:
- ביסט גרײט אַרױסצוגײן אין דרױסן?
- מאָביס ראָבאָטישע חבֿרטע שעמט זיך צוצוקומען צו נעמין.
װערבן מיט זיך
אין 5.3 נאָך פּרטים האָבן מיר דערמאָנט אַז טײל װערבן קומען שטענדיק מיט זיך; אַנדערע װערבן קומען אין טײל פֿאַלן מיט זיך און אין אַנדערע פֿאַלן אָן זיך. אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער גיבן מיר אַלע װערבן מיט זיך װאָס מע לערנט אין ייִדישפּאָפּ, צוזאַמען מיט דער לעקציע װוּ מע לערנט זײ:
פֿונקציעס פֿון זיך מיט אַ װערב
װי אַ פּראָנאָם האָט זיך שטענדיק אַ רעפֿלעקסיװן באַטײַט, אָבער מיט אַ װערב האָט זיך פֿאַרשײדענע פֿונקציעס װי מיר האָבן דערמאָנט אין 5.3 נאָך פּרטים. די פֿונקציעס פֿון זיך מיט די װערבן װאָס מע לערנט אין ייִדישפּאָפּ לאָזן זיך צעטײלן אין דרײַ קאַטעגאָריעס:
1. רעפֿלעקסיװ
דער װערב מיט זיך האָט אַ רעפֿלעקסיװן באַטײַט; פֿאַרגלײַכט:
- נעמי און מאָבי באָדן זיך אין ים.
- די מאַמע באָדט יאַנקלען אַלע טאָג אין אָװנט.
- מאָביס ראָבאָטישע חבֿרטע לערנט זיך אַ ביסל ייִדיש.
- נעמי לערנט מאָביס ראָבאָטישע חבֿרטע אַ ביסל ייִדיש.
זען אױך די משל־זאַצן אין 5.3 נאָך פּרטים.
װערבן אין דער קאַטעגאָריע װאָס באַװײַזן זיך אין ייִדישפּאָפּ:
אָנטאָן זיך, באָדן זיך, באַהאַלטן זיך, היטן זיך, זעצן זיך, לײגן זיך, לערנען זיך, צעקלאַפּן זיך, שטעלן זיך.
אָט די װערבן, װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ אָן זיך, טרעפֿט מען אױך מיטן רעפֿלעקסיװן זיך:
- אױסטאָן זיך – נעמי טוט זיך אױס און לײגט זיך שלאָפֿן.
- װאַרפֿן זיך – פּינטל װאַרפֿט זיך כאַפּן די פּילקע.
- װאַשן זיך – גײט װאַשט זיך, װעלן מיר זיך זעצן צום טיש.
- װײַזן זיך – װי גוט פֿאַרשטעלט דו ביסט, מאָבי! קום, װײַז זיך פֿאַר די חבֿרים!
- טראָגן זיך – זע! ער לױפֿט, ער שפּרינגט, ער טראָגט זיך װי דער װינט!
- פֿרעגן זיך – נעמי פֿרעגט זיך פֿון װעמען עס איז די מתּנה.
- שלעפּן זיך – דער אױטאָבוס איז אַלט און קרום, אָבער ער שלעפּט זיך נאָך.
2. קעגנאַנאַנדיק
זיך קען אָנװײַזן אױף קעגנאַנאַנדיקײט װען דער װערב האָט אַ סוביעקט אין מערצאָל, למשל:
- די צװײ ייִנגלעך האָבן זיך באַקענט אין פּאַרק. זײ האָבן זיך באַלד געחבֿרט.
מע טרעפֿט אױך די װערבן זען, פֿאַרשטײן און קענען מיטן קעגנאַנאַנדיקן זיך:
- אַ גאַנצן טאָג האָב איך נישט געזען מײַן חבֿרטע אין שול, אָבער נאָך דער שול האָבן מיר זיך געזען אין פּאַרק.
- מע מוז נאָך נישט רעדן אַזוי געשמאַק — װיכטיק איז, מע זאָל זיך פֿאַרשטײן! (6.5 פֿילמעלע)
3. אומטראַנסיטיװ
דער װערב מיט זיך איז אומטראַנסיטיװ; דער זעלבער װערב אָן זיך איז טראַנסיטיװ. דעם דאָזיקן חילוק האָבן מיר געװיזן אין די װאָקאַבולאַר־פֿילמען מיט די װערבן צערײַסן (זיך) (5.4) און אָנהײבן (זיך) (6.2). אָט זײַנען נאָך משל־זאַצן:
- די שאַל האָט זיך צעריסן.
- פּינטל האָט צעריסן די שאַל.
- דער קאָנצערט הײבט זיך אָן פֿיר אַ זײגער.
- די מוזיקער הײבן אָן שפּילן.
- דער ייִנגסטער כּלי־זמר הײבט אָן דעם קאָנצערט.
לאָמיר באַטראַכטן נאָך צװײ װערבן מיטן אומטראַנסיטיװן זיך:
- אין 5.3 נאָך פּרטים האָבן מיר באַמערקט אַז שפּילן זיך װײַזט אָן אױף קינדישע שפּילערײַען. פֿאַרגלײַכט:
- דער זײדע שפּילט מוזיק.
- אין טעאַטער שפּילט מען דעם „דיבוק“.
- נעמי מיט מענדלען שפּילן אין טעניס.
- די קינדער שפּילן זיך אין פּאַרק.
איז דאָ / זײַנען דאָ
די קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ װײַזט אָן אױף פֿאַראַנענקײט/דערבײַיִקײט (זען 1.3 נאָך פּרטים), למשל:
- ס׳איז דאָ אַ צײַטונג בײַ מיר אין רוקזאַק.
- עס זײַנען דאָ צײַטונגען אױפֿן טיש.
װען מע פֿאַרנײנט די קאָנסטרוקציע װאַקסט זיך צונױף די פֿאַרנײנונג נישט מיטן װאָרט דאָ, און מע שרײַבט אײן װאָרט: נישטאָ (זען 5.2 נאָך פּרטים), למשל:
- ס׳איז נישטאָ קײן צײַטונג בײַ מיר אין רוקזאַק.
- עס זײַנען נישטאָ קײן צײַטונגען אױפֿן טיש.
װען אַנשטאָט דער פּשוטער װערבאַלער פֿאָרמע איז אָדער זײַנען קומט אַ צונױפֿגעזעצטער װערב (למשל איז געװען, װעלן זײַן), פֿעלט דאָס װאָרט דאָ. די פֿאַרנײנונג מיט אַ צונױפֿעגזעצטן װערב איז נישט: דער צונױפֿװאַקס נישטאָ איז נישט שײך װײַל עס פֿעלט דאָס װאָרט דאָ (זען 6.4 נאָך פּרטים). למשל:
- עס איז געװען אַ צײַטונג בײַ מיר אין רוקזאַק.
- עס איז נישט געװען קײן צײַטונג בײַ מיר אין רוקזאַק.
- עס דאַרפֿן זײַן צײַטונגען אױפֿן טיש.
- עס דאַרפֿן נישט זײַן קײן צײַטונגען אױפֿן טיש.
באַמערקט:
- דער עקספּלעטיװער עס קומט פֿאַר דער קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ, סײַ מיט אַ פּשוטן װערב, סײַ מיט אַ צונױפֿגעזעצטן, סײַדן אַן אַנדער זאַצאײנס געפֿינט זיך אױפֿן ערשטן אָרט, למשל:
- עס זײַנען נעכטן געװען צײַטונגען אױפֿן טיש.
- נעכטן זײַנען געװען צײַטונגען אױפֿן טיש.
דער אומגעװיסיקער פּראָנאָם מע(ן)
די פֿאָרמע פֿונעם אומגעװיסיקן פּראָנאָם איז מע פֿאַרן װערב און מען נאָך אים. מע ניצט מע(ן) װי דער סוביעקט פֿון אַ װערב װען דער טוער פֿונעם װערב איז אַ מענטש אָדער מענטשן, און ס׳איז נישט װיכטיק אָדער נישט געװוּנטשן צוליב װאָסער נישט איז סיבה אָנצוגעבן דעם פּינקטלעכן טוער. למשל:
- אױב מע װיל זיך לערנען ייִדיש, קען מען קוקן ייִדישע פֿילמען און הערן ייִדישע פּאָדקאַסטן.
בײַשפּילן פֿון פֿאַרשײדענע קאָנטעקסטן װוּ עס פּאַסט מע(ן) געפֿינען זיך אין 6.2 נאָך פּרטים.
דער פּאָסעסיװ
מע קען אָנװײַזן אױף געהעריקײט אױף צװײ אופֿנים:
- מיט דער פּאָסעסיװ־ענדונג –ס
- מיט דער פּרעפּאָזיציע פֿון
אין טײל פֿאַלן ניצט מען גיכער די ענדונג –ס, און אין אַנדערע פֿאַלן ניצט מען גיכער די פּרעפּאָזיציע פֿון, װי עס װײַזט די טאַבעלע דאָ װײַטער.
באַמערקט:
- די פּאָסעסיװ־ענדונג מיט אַ פּרט־נאָמען איז –עס װען דער נאָמען ענדיקט זיך אױף –ז, –זש, –ס, –שׂ, –ת, –ש, –ץ, –טש, –דזש, –דז, למשל:
- לײזער־הירשעס משפּחה
- דער אַרטיקל װאָס קומט מיט אַ באַלעבטן סובסטאַנטיװ מיט דער ענדונג –ס האָט די פֿאָרמע פֿון דאַטיװ:
- דעם שרײַבערס פֿעדער
- דער קאַטשקעס עופֿעלעך
דער פּאָסעסיװ מיט פֿון װערט אױך אַ מאָל געניצט מיט פּרט־נעמען און מיט באַלעבטע סובסטאַנטיװן. די ענדונג –ס טרעפֿט מען אָבער זעלטן מיט סובסטנאַטיװן אין מערצאָל און זײער זעלטן מיט אומבאַלעבטע סובסטאַנטיװן.
זען אױך 6.1 נאָך פּרטים.
טאַטע, מאַמע, זײדע, באָבע
װי מיר האָבן געלערנט אין לעקציע 5.2, זײַנען די סובסטאַנטיװן טאַטע, מאַמע, זײדע, באָבע צװישן די געצײלטע װאָס בײגן זיך. זײערע פּאָסעסיװ־פֿאָרמעס האָבן מיר געלערנט אין לעקציע 6.1. אין דער װײַטערדיקער טאַבעלע געפֿינען זיך זײערע אַלע פֿאָרמעס:
פּרעפּאָזיציעס + ציל (װוּהין מע גײט) און אָרט (װוּ מע געפֿינט זיך)
די פֿאַרשײדענע פּרעפּאָזיציעס װאָס מע ניצט װען מע רעדט װעגן אַ ציל (װוּהין מע גײט) אָדער אַן אָרט (װוּ מע געפֿינט זיך) װערן אױסגערעכנט און דערקלערט אין 6.2 נאָך פּרטים. אָט איז דער סך־הכּל מיט עטלעכע משל־זאַצן:
*דער ריכטונג־קאָנװערב צו װײַזט אָן אױף אַ באַװעגונג צו אַ געװיסן פּונקט. װעגן נאָך באַניצן פֿונעם קאָנװערב צו, זען 6.2 נאָך פּרטים.
אַדיעקטיװן און אַדװערבן
סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן
אַ סובסטאַנטיװירטער אַדיעקטיװ האָט אַן ענדונג, אָבער קײן סובסטאַנטיװ שטײט נישט גלײַך נאָך אים. ער באַציט זיך אָפֿט צו אַ סובסטאַנטיװ װאָס מע האָט שױן פֿריִער דערמאָנט, אָבער ער קען אױך באַשרײַבן מענטשן אָדער זאַכן אין אַלעגמײן. סובסטאַנטיװירטע אַדיעקטיװן האָבן די געװײנטלעכע אַדיעקטיװ־ענדונגען חוץ אין אײן פֿאַל: אַנשטאָט דער נולענדונג קומט –ס (זען 6.3 נאָך פּרטים). די ענדונג –ס ניצט מען אױך מיט אַ סובסטאַנטיװירטן אַדיעקטיװ נאָכן אומגעװיסיקן פּראָנאָם עפּעס (זען 6.4 נאָך פּרטים).
- – דער פֿילם איז אַ לאַנגער? – נײן, ער איז אַ קורצער.
- האָסט געלײענט די צװײ לידער? דאָס ערשטע איז אַ שװערס און דאָס צװײטע איז אַ גרינגס.
- זעסט די צװײ בחורים דאָרט? איך האָב זיך באַקענט מיטן הױכן, אָבער איך געדענק נישט װי ער הײסט.
- װאָס דערצײלסטו גוטס?
- דער לערער האָט אונדז הײַנט געזאָגט עפּעס װיכטיקס.
דער קאָמפּאַראַטיװ און דער סופּערלאַטיװ
באַמערקט:
- טײל אַדיעקטיװן קומען מיט אַן איבערקלאַנג אין קאָמפּאַראַטיװ און סופּערלאַטיװ (אַזױ װי קלײן – קלענער – קלענסט אין דער טאַבעלע דאָ אױבן). די אַדיעקטיװן מיט אַן איבערקלאַנג װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ װערן אױסגערעכנט אין 6.3 נאָך פּרטים.
- די קורצע פֿאָרמע פֿון אַן אַדיעקטיװ אין קאָמפּאַראַטיװ קען אױך דינען װי אַן אַדװערב (שטאַרקער, לענגער). אַן אַדװערב אין סופּערלאַטיװ שאַפֿט זיך מיט דער פּרעפּאָזיציע צו אין דער קאָנסטרוקציע צום ___סטן (צום שטאַרקסטן, צום לענגסטן), למשל:
- הײַנט שפּילט נעמי לאַנג אין קױשבאָל, מאָבי שפּילט לענגער, און מענדל שפּילט צום לענגסטן.
- דער צװײטער טײל פֿון אַ פֿאַרגלײַך נאָכן קאָמפּאַראַטיװ קומט מיט פֿון + דאַטיװ אָדער װי + זאַץ. אַ זאַץ נאָך װי בלײַבט אָפֿט נישט דערזאָגט, אַזױ װי עס װײַזן די קאַנטיקע קלאַמערן:
- דער גרינער טעלער איז גרעסער פֿונעם ברױנעם טעלער.
- דער גרינער טעלער איז גרעסער װי דער ברױנער טעלער [איז].
- די מאַמע האָט באַהאַלטן די מצה בעסער װי [זי האָט באַהאַלטן] דעם חמץ.
זען אױך 6.3 נאָך פּרטים און 6.4 נאָך פּרטים.
סדר־צאָלן
די סדר־צאָלן זײַנען אַדיעקטיװן געבױט אױף די צאָלװערטער מיט אָט די סופֿיקסן:
אָט די פֿיר סדר־צאָלן שטימען נישט מיטן אַלגעמײנעם מוסטער:
די סדר־צאָלן קומען מיט די געװײנטלעכע אַדיעקטיװ־ענדונגען:
- הײַנט דאַרף איך הערן דרײַ פּאָדקאַסטן. צװײ האָב איך געהערט אין דער פֿרי: דער ערשטער פּאָדקאַסט איז מיר זײער געפֿעלן אָבער דער צװײטער איז געװען צו לאַנג. דעם דריטן װעל איך הערן נאָך מיטאָג.
זען אױך 6.4 נאָך פּרטים.
װען דער אַדיקעטיװ האָט נישט קײן ענדונג
מע ניצט די יסוד־פֿאָרמע פֿון אַדיעקטיװ מיט די פֿאַרמיטלענדיקע װערבן זײַן, װערן, אױסזען, למשל:
- דער פֿילם איז געװען לאַנג.
- די קינדער װערן גרױס.
- די צײַטונג איז צעריסן אָבער זי זעט נישט אױס אַלט.
זען 6.4 נאָך פּרטים „זײַן/װערן/אױסזען + אַדיעקטיװ“.
אַ מאָל קומט אַן אַדיעקטיװ מיט אַ נולענדונג. אָט זײַנען צװײ פֿאַלן דערפֿון:
צונױפֿגעזעצטע זאַצן
עטלעכע מינים צונױפֿגעזעצטע זאַצן
אַ צונױפֿגעזעצטער זאַץ באַשטײט פֿון כאָטש צװײ צוזאַמענגעבונדענע זאַצן (זען 5.3 נאָך פּרטים). מיר האָבן איצט געלערנט עטלעכע מינים צונױפֿגעזעצטע זאַצן:
װערטער־סדר אין צונױפֿגעזעצטע זאַצן
אין די קאַטעגאָריעס 1, 2, און 3 איז דאָ אַ פֿאַרבינדװאָרט װאָס איז נישט קײן זאַצאײנס; יעדער פֿון די זאַצן װאָס ער פֿאַרבינדט האָט זיך זײַן אײגענעם װערטער־סדר לױט די אַכט פּאָזיציעס װאָס מיר האָבן באַשריבן אין 5.3 נאָך פּרטים (זען דאָרט װעגן יעדער פּאָזיציע באַזונדער):
די קאָניונקציעס װען, װײַל, אַז, אױב, כאָטש, בשעת, און פֿרעגװערטער װאָס מע ניצט װי קאָניונקציעס, פֿירן אַרײַן אַ בײַזאַץ (װעגן בײַזאַץ אַקעגן הױפּטזאַץ זען 6.1 נאָך פּרטים). װען דער בײַזאַץ קומט פֿאַרן הױפּטזאַץ, װערט דער גאַנצער בײַזאַץ פֿאַררעכנט פֿאַרן ערשטן זאַצאײנס אינעם הױפּטזאַץ, און דער װערב פֿונעם הױפּטזאַץ קומט גלײַך נאָכן בײַזאַץ (דאָס הײסט, אױפֿן צװײטן אָרט פֿונעם הױפּטזאַץ):
באַמערקט:
- די קאָניונקציעס און, אָבער, אָדער פֿאַרבינדן צװײ הױפּטזאַצן, איז מיט זײ נישט שײך דער סדר בײַזאַץ + הױפּטזאַץ.
- דאָס פֿרעגװאָרט אין אַן אומדירעקטער פֿראַגע שפּילט געװײנטלעך די ראָלע פֿון אַ קאָניונקציע און איז נישט קײן זאַצאײנס. אין אַ דירעקטער פֿראַגע איז דאָס פֿרעגװאָרט יאָ אַ זאַצאײנס. פֿאַרגלײַכט:
- אַן אױסרוף האָט דעם װערטער־סדר פֿון אַן אומדירעקטער פֿראַגע, נאָר אַן אַנדער אינטאָנאַציע, למשל:
זען װעגן װאָס פֿאַר אַ…, 6.1 נאָך פּרטים. דאָרט קען מען אױך הערן די באַזונדערע אינטאָנאַציע פֿון אַ דירעקטער פֿראַגע, אַן אומדירעקטער פֿראַגע, און אַן אױסרוף.
- אין אַ רעלאַטיװן בײַזאַץ איז ברירהדיק אַ סוביעקט־פּראָנאָם אױפֿן ערשטן אָרט װאָס באַציט זיך צום אַנטעצעדענט (זען אױך דאָ װײַטער, רעלאַטיװע בײַזאַצן). למשל:
אינעם המשך־סדר איז דער װערטער־סדר אַלײן דאָס מיטל װאָס פֿאַרבינדט די צװײ זאַצן. דער װערב אינעם צװײטן זאַץ געפֿינט זיך אױפֿן ערשטן אָרט:
באַטײַט פֿון המשך־סדר
די פֿאַרבינדונג װאָס עס גיט איבער דער המשך־סדר איז זײער אָפֿט „דערפֿאַר“: „איך װיל זיך לערנען ייִדיש, קוק איך ייִדישפּאָפּ־פֿילמעלעך“ האָט דעם זעלבן באַטײַט װי: „איך װיל זיך לערנען ייִדיש, דערפֿאַר קוק איך ייִדישפּאָפּ־פֿילמעלעך“.
אין אַ נאַראַציע קען די פֿאַרבינדונג אױך זײַן „דעמאָלט“ אָדער „װײַטער“. למשל:
נעמי האָט זיך געחבֿרט מיט מאָביס ראָבאָטישער חבֿרטע און גענומען לערנען מיט איר אַ ביסל ייִדיש. זײַנען פּערל און מאירקע צוגעקומען זיך באַקענען מיט דער נײַער חבֿרטע.
באַמערקט: צװײ זאַצן פֿאַרבונדן מיטן המשך־סדר קענען זײַן אָפּגעטײלט מיט אַ קאָמע אָדער מיט אַ פּינטל.
זען אױך 6.2 נאָך פּרטים.
דאָס װאָרט צי – פֿרעגװאָרט און קאָניונקציע
אָט זײַנען צװײ פֿונקציעס פֿונעם װאָרט צי װאָס מע לערנט אין דער איצטיקער לעקציע:
רעלאַטיװע בײַזאַצן
אַ רעלאַטיװער בײַזאַץ גיט מער פּרטים װעגן דעם „אַנטעצעדענט“: אַ סובסטאַנטיװ װאָס װערט פֿריִער דערמאָנט. אַ רעלאַטיװער פּראָנאָם פֿירט אַרײַן דעם רעלאַטיװן בײַזאַץ. די טאַבעלע דאָ װײַטער פֿאַרגלײַכט זאַצן מיט די צװײ פֿאַרשפּרײטסטע רעלאַטיװע פּראָנאָמען: װאָס און װעמענ(ס).
װאָס קען זיך באַציִען צו אַלע סובסטאַנטיװן; װעמען/װעמענס באַציט זיך שטענדיק צו מענטשן.
װעגן װערטער־סדר אין רעלאַטיװע בײַזאַצן, זען דאָ אױבן „װערטער־סדר אין צונױפֿגעזעצטע זאַצן“.
אױך אַנדערע פֿרעגװערטער טרעפֿט מען אין דער ראָלע פֿון רעלאַטיװן פּראָנאָם, זען 6.4 נאָך פּרטים.
אַנדערע װערטער און אױסדרוקן
אין קאַפּיטל 6 האָבן מיר דערקלערט דעם באַניץ פֿון עטלעכע װערטעלעך און פֿראַזעס:
- װאָס פֿאַר אַ (6.1 נאָך פּרטים)
- אַזױ (6.1 נאָך פּרטים) און אַזאַ (6.3 נאָך פּרטים)
- עליו־השלום / עליה־השלום (6.1 נאָך פּרטים)
- אום (6.2 נאָך פּרטים)
- עפּעס אַ (6.3 נאָך פּרטים)
דער דימינוטיװ
די פֿאָרמעס און באַניצן פֿון דימינוטיװ װערן פּרטימדיק באַשריבן אין 6.4 נאָך פּרטים.
אין די טאַבעלעס דאָ װײַטער געפֿינען זיך די פֿאָרמעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענער צײַט (העלפֿװערב און פּאַרטיציפּ) פֿון אַלע װערבן װאָס מיר האָבן געלערנט אין ייִדישפּאָפּ. די טאַבעלעס נעמען אַרײַן װערבן מיט אַ קאָנװערב אָדער װערבאַלן פּרעפֿיקס װאָס מיר האָבן געלערנט װי באַזונדערע װאָקאַבלען; זײ נעמען נישט אַרײַן קיין װערבן מיט ריכטונג־קאָנװערבן.
קאָנװערבן און װערבאַלע פּרעפֿיקסן װערן באַצײכנט מיט פֿעטע אותיות.
די פּאַרטיציפּן וואָס זײַנען אומרעגולער כאָטש זיי ענדיקן זיך אויף –ט זײַנען אונטערגעפֿאַרבט מיט ראָז.
באַמערקט:
- װען דער טראָפּ פֿאַלט נישט אױפֿן ערשטן טראַף פֿונעם אינפֿיניטיװ, האָט דער פּאַרטיציפּ נישט קײן פּרעפֿיקס גע–. דאָס איז דער פֿאַל מיט:
- אינפֿיניטיװן אױף –ירן, למשל: שפּאַצירן – שפּאַצירט.
- װערבן מיט אײנעם פֿון די זעקס אומאַקצענטירטע װערבאַלע פּרעפֿיקסן אַנט–, באַ–, גע–, דער–, פֿאַר–, צע– (זען דאָ אױבן), למשל: אַנטלױפֿן – אַנטלאָפֿן; צעקלאַפּן – צעקלאַפּט.
נאָך װערבן מיטן העלפֿװערב זײַן
די צאָל װערבן מיטן העלפֿװערב זײַן איז בכלל אַ קלײנע, גיבן מיר דאָ אַ פֿאַרגרעסערטע רשימה װאָס נעמט אױך אַרײַן װערבן װאָס באַװײַזן זיך נישט אין ייִדישפּאָפּ. די רשימה איז נישט אױסשעפּיק, אָבער נעמט פֿאָרט אַרײַן ס׳רובֿ װערבן מיט זײַן.
באַמערקט: עטלעכע פֿון די װערבן אין דער טאַבעלע טרעפֿט מען אױך מיטן העלפֿװערב האָבן:
- די װערבן הענגען און זינקען קומען מיט זײַן װען דער װערב איז אומטראַנסיטיװ און מיט האָבן װען דער װערב איז טראַנסיטיװ (זען אונטער דער פֿריִערדיקער טאַבעלע װעגן הענגען).
- די צװײ פּרעפֿיקסירטע װערבן באַקומען און פֿאַרשטײן קומען מיט האָבן (זען דאָ אױבן אינעם אָפּטײל װעגן „װערבאַלע פּרעפֿיקסן“).
- בײַ טײל װערבן איז דאָ פֿאַרשײדנאַרטיקײט צװישן די דיאַלעקטן: אין אײן דיאַלעקט קומט אַ װערב מיט זײַן, און אין אַן אַנדער דיאַלעקט מיט האָבן. די װײַטערדיקע װערבן וואָס גייען אין כּלל־ייִדיש מיט זײַן, טרעפֿט מען אויך אַ היפּש ביסל מיט האָבן: געלינגען, רײַטן, רינען, שװימען, שטײַגן, שלאָפֿן, שפּרינגען.