קולטור

באַגריסונג: גוט־מאָרגן Image

גוט־מאָרגן!
און נאָך באַגריסונגען

ס׳איז אַלעמען באַקאַנט אַז באַגריסן זיך איז אַן אוניװערסאַלער פֿענאָמען, נאָר יעדער אומה־ולשון טוט עס אױף זײַן אופֿן. אין ייִדיש איז פֿאַראַן אַ שלל מיט באַגריסונגען – עס װענדט זיך צי מע זאָגט עס אין דער פֿרי, צי אין אָװנט, צי אום שבת, צי אום יום־טובֿ, צי גאָר אין דער װאָכן.

אַז מע באַגעגנט אַ באַקאַנטן אין דער פֿרי צי נאָך מיטאָג באַגריסט מען אים אָפֿט מאָל מיט „גוט־מאָרגן“. אױף דעם ענטפֿערט דער צװײטער „גוט־יאָר!“ צום אונטערשײד פֿון אַ סך אַנדערע שפּראַכן װוּ מע ענטפֿערט אױף אַ באַגריסונג מיט די זעלבע װערטער, איז דער ייִדישער שטײגער צו ענטפֿערן מיט אַ פֿאַרגרעסערטן װוּנטש: — גוט־מאָרגן! — גוט־יאָר!

אָט זײַנען נאָך באַגריסונגען מיט דער צײַט װען מע זאָגט זײ. אױף זײ אַלע קען מען ענטפֿערן „גוט־יאָר!“

אין אָװנט גוטן־אָװנט!
אום שבת גוט־שבת!
נאָך שבת גוט־װאָך!
אום יום־טובֿ גוט־יום־טובֿ!

צװישן מענטשן װאָס האָבן זיך שױן נישט געזען אַ געװיסע צײַט הערט מען די באַגריסונג „שלום־עליכם!“ (אױף װעלכער מען ענטפֿערט „עליכם־שלום!“). אינטערעסאַנט צו װיסן, אַז דעם דאָזיקן אױסדרוק האָט אױסגעקליבן דער באַרימטסטער פֿון אַלע ייִדישע שרײַבערס, שלום ראַבינאָװיטש, פֿאַר אַ פּסעװדאָנים, און מיט אָט דעם נאָמען, „שלום־עליכם“, איז ער באַװוּסט געװאָרן איבער גאָר דער װעלט.

אין די װײַטערדיקע ייִדישפּאָפּ־פֿילמעלעך קענט איר הערן די באַגריסונג „גוט־יום־טובֿ“ (לעקציע 5.2), און דעם װוּנטש װען מע געזעגנט זיך „זײַ(ט) געזונט“ (לעקציע 3.2).