קולטור

שפּריכװערטער און װערטלעך Image

אידיאָמען

אידיאָמען זײַנען פֿון די שענסטע און קאָלירפֿולסטע טײלן פֿון אַ שפּראַך, און ייִדיש איז באַקאַנט פֿאַר זײַן רײַכקײט אױף דעם געביט.
מיר ניצן אױס די געלעגנהײט אײַך באַקאַנט צו מאַכן מיט אַ קלײנעם אָפּקלײַב ייִדישע אידיאָמען װאָס װאַקסן אַרױס פֿון דעם װאָקאַבולאַר פֿון דער לעקציע: אױערן, אױגן, מױל.

  • „האָבן גרױסע אױגן“ — װעלן מער װי מע דאַרף.

    • „זע װיפֿל דו האָסט גענומען אױפֿן טעלער, דו האָסט גרױסע אױגן!“
  • „פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן“ — אַ װוּנטש אַז דאָס װאָס יענער האָט ערשט געזאָגט זאָל טאַקע מקוים װערן.

    • — דײַן טאָכטער איז אַזױ קלוג, זי׳ט זיכער אַרײַן אין אַ גוטער שולע.

      — אױ, פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן!

  • „אַן אױג מיט אַ ברעם“ — באַצײכנט צװײ גוטע חבֿרים װאָס צעשיידן זיך קיין מאָל נישט.

    • „מאָבי און נעמי זײַנען אַן אױג מיט אַ ברעם — שטענדיק צוזאַמען.“