קולטור

שול Image

שול צי שיל?

נעמיס צרות אין הײַנטיקן פֿילמעלע — דער אומגעלונגענער עקזאַמען, דער פֿאַרגעסענער מיטאָג, דער צעריסענער רעגן־מאַנטל — באַפֿאַלן זי אין שול. די מעשֹה מיט אָט דעם דאָזיקן קורצן װערטעלע — „שול“ — איז גאָר נישט אַזוי פּשוט װי עס קען זיך אין פֿלוג אויסדאַכטן. פֿאַקטיש איז דער באַטײַט דאָ, „לערן־אַנשטאַלט פֿאַר קינדער“, אַ רעלאַטיװ נײַע אַנטװיקלונג. דער אַנדערער באַטײַט פֿון װאָרט — „ייִדיש געבעטהויז“ — איז לכּתּחילה און במשך יאָרהונדערטער געװען דער אײנציקער, װען די מאָדערנע דערציִונג־אינסטיטוציע האָט נאָך נישט עקסיסטירט.

פֿאַרן גרעסטן טײל ייִדיש־רעדנדיקע ביזן 19טן יאָרהונדערט איז „דערציִונג“ באַשטאַנען פֿונעם טראַדיציאָנעלן תּורה־לערנען, און איר אָרט איז געװען אין אינסטיטוציעס װי דער חדר, די ישיבֿה, און דער בית־מדרש. אין חדר האָבן קינדער (דער עיקר ייִנגלעך) געלערנט עבֿרי און די יסודות פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער דערציִונג; אין אַ ישיבֿה האָבן טײל בחורים װײַטער געלערנט; און אין בית־מדרש האָבן געלערנט עלטערע בחורים און מענער. דער בית־מדרש, װי די שול, האָט אויך געדינט װי אַ מקום־תּפֿילה.

אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע, נאָכן מוסטער פֿון נישט־ייִדישע בילדונג־מאָדעלן, אויך אָנגעהויבן צו עפֿענען מאָדערנע, אָפֿט מאָל וועלטלעכע לערן־אינסטיטוציעס פֿאַר ייִדישע ייִנגלעך און מײדלעך. די דאָזיקע אינסטיטוציעס האָט מען אויך גענומען רופֿן „שולן“ — געבאָרגט פֿונעם דײַטשן „שולע“ מיטן זעלבן באַטײַט. די נײַע שולן האָבן קאָנטראַסטירט מיט די טראַדיציאָנעלע חדרים און ישיבֿות װאָס האָבן אַלץ געשפּילט די זעלבע ראָלע װאָס פֿריִער. פֿון דעמאָלט אָן האָט דער טערמין „שול“ שוין געהאַט אַ טאָפּעלן באַטײַט.

בײַ טײל ייִדיש־רעדערס זײַנען די װערטער שול („געבעטהויז“) און שול („לערן־אַנשטאַלט“) פֿולשטענדיקע האָמאָנימען, װאָס קענען נאָר דורכן קאָנטעקסט אונטערגעשײדט װערן. אָבער אין די דרומדיקע דיאַלעקטן װערט דאָס לאַנגאָניקע װאָרט שול („געבעטהויז“) אַרויסגערעדט /שיל/, בשעת װען דאָס נײַערע װאָרט שול („לערן־אַנשטאַלט“) װערט אַרויסגערעדט /שול/, װאָס איז דער אוניװערסאַלער אַרויסרעד אין אַלע דיאַלעקטן. טײל ייִדיש־רעדערס, אַפֿילו צװישן די װאָס האָבן נישט אַזאַ אונטערשײד אין זײער הײמישן דיאַלעקט, האָבן אָנגעהויבן מאַכן אַ חילוק, בעל־פּה און אַפֿילו שריפֿטלעך: שיל („געבעטהויז“) און שול („לערן־אַנשטאַלט“), כּדי צו פֿאַרמײַדן דעם מעגלעכן פּלאָנטער צװישן די צװײ טערמינען. איר קענט אויך מאַכן אַזאַ אונטערשײד, אויב איר װילט באַזײַטיקן יעדן ספֿק, צי איר מײנט אַ שיל צום דאַװענען, צי אַ שול צום לערנען.

אינטערעסאַנט איז אויך זיך צו מערקן די ראָלע װאָס ייִדיש גופֿא האָט געשפּילט אין די מאָדערנע ייִדישע שולן אין מיזרח־אײראָפּע צװישן בײדע װעלט־מלחמות. אין אַ באַטײַטיקן טײל פֿון די דאָזיקע שולן איז ייִדיש געװען די לערנשפּראַך, און צװישן די לימודים האָבן די שילער אויך געלערנט ייִדישע ליטעראַטור. אַ בײַשפּיל פֿון דער ראָלע װאָס די שולן האָבן געשפּילט אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור איז דאָס שותּפֿות פֿון דער צישאָ (צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע) מיטן ייִװאָ (ייִדישער װיסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) צו פֿאָרמולירן דעם אײנהײטלעכן ייִדישן אויסלײג — אַ סטאַנדאַרד װאָס איז געבליבן אין באַנוץ ביזן הײַנטיקן טאָג, אַרײַנגערעכנט אין ייִדישפּאָפּ. די ייִדישע שול איז געװאָרן אַן אינסטיטוציע װאָס האָט אינספּירירט חבֿרשאַפֿט און איבערגעגעבנקײט צו פּאָליטישע (אָפֿט מאָל סאָציאַליסטישע) אידעאַלן, װי אויך אַ טיפֿע פֿאַרבונדנקײט צו דער ייִדישער קולטור דורך דער ייִדישער שפּראַך. דער חורבן האָט געבראַכט אַ טראַגישן סוף צו די ייִדישע שולן פֿון מיזרח־אײראָפּע. אָבער טאָגשולן און אָװנטשולן אין אַזעלכע װײַטע ערטער װי די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, און אויסטראַליע האָבן װײַטער געצויגן די קײט פֿון זײערע דערציִערישע אידעאַלן.