אינהאַלט
פּערזענלעכע פּראָנאָמען
אָט זײַנען די פּראָנאָמען װאָס מיר לערנען אין דער לעקציע:
זײַן (איצטיקע צײַט)
אָט זײַנען עטלעכע משל־זאַצן מיטן װערב זײַן:
- איך בין אַ מײדל.
- מיר זײַנען חבֿרים.
- עס איז גוט.
- דו ביסט דאָ.
אָט זײַנען די פֿאָרמעס פֿונעם װערב זײַן אין דער איצטיקער צײַט:
סובסטאַנטיװן: אײנצאָל און מערצאָל
- איך בין אַ מײדל. מיר זײַנען מײדלעך.
- ער איז אַ ראָבאָט. זײ זײַנען ראָבאָטן.
- מאירקע איז אַ חבֿר. מאירקע און איך זײַנען חבֿרים.
קוקנדיק אױף דער אײנצאָל־פֿאָרמע פֿון אַ סובסטאַנטיװ אױף ייִדיש, קען מען נישט אַלע מאָל װיסן װאָס ס׳איז די מערצאָל־פֿאָרמע. דערפֿאַר װעט איר געפֿינען די אײנצאָל־ און די מערצאָל־פֿאָרמעס אין די װאָקאַבולאַר־פֿילמען און אין דער אָפּטײלונג װערטער.
אָט זײַנען די אײנצאָל־ און מערצאָל־פֿאָרמעס פֿון די סובסטאַנטיװן אין לעקציע 1:
אײצאָל | מערצאָל |
---|---|
מײדל | מײדלעך |
ייִנגל | ייִנגלעך |
ראָבאָט | ראָבאָטן |
חבֿר | חבֿרים |
חבֿרטע | חבֿרטעס |
דער אות י – װאָקאַל און קאָנסאָנאַנט
דער אות י קען זײַן אַ װאָקאַל (זי) אָדער אַ קאָנסאָנאַנט (יאָ). װען אַ י (װאָקאַל) און אַ י (קאָנסאָנאַנט) געפֿינען זיך אײנער לעבן דעם צװיײטן, שרײַבט מען דעם װאָקאַל מיט אַ פּינטל (יִ) אַזױ װי אין דעם װאָרט ייִנגל.