נאָך פּרטים

דער/די/דאָס: דער געװיסיקער אַרטיקל, אײנצאָל

  • דער אײַזקרעם איז געשמאַק.
  • די האַנט איז שמוציק.
  • דאָס פּנים איז רײן.

יעדער סובסטאַנטיװ קומט מיט אַן אַרטיקל׃ דער, די אָדער דאָס. אַרטיקל פּלוס סובסטאַנטיװ זײַנען אַ פּאָר: זײ געהערן צוזאַמען.

פֿון װאַנען װײסט מען צי אַ סובסטאַנטיװ קומט מיט דער, די אָדער דאָס? מע דאַרף פּשוט געדענקען! דערפֿאַר װעט איר פֿון איצט אָן הערן/זען דעם אַרטיקל מיטן סובסטאַנטיװ אין אונדזערע װאָקאַבולאַר־אָפּטײלונגען.

אָט זײַנען די סובסטאַנטיװן װאָס איר קענט שױן׃

דער די דאָס
דער אײַזקרעם די האַנט דאָס פּנים
דער שוך די חבֿרטע דאָס מײדל
דער ראָבאָט דאָס ייִנגל
דער חבֿר

לאָמיר

  • לאָמיר שװימען!
  • לאָמיר שפּילן!
  • לאָמיר עסן אײַזקרעם!

מע ניצט לאָמיר װען מען װענדט זיך צו אַנדערע צו טאָן עפּעס צוזאַמען.

לאָמיר פּאָרט זיך מיטן אינפֿיניטיװ. דער אינפֿיניטיװ האָט אַלע מאָל אַן ענדונג –⁠ן אָדער –⁠ען (זען נאָך פּרטים 2.1, 2.3).

לאָמיר + אינפֿיניטיװ
לאָמיר שװימען!
לאָמיר שפּילן!
לאָמיר עסן!