פּאָסעסיװע פּראָנאָמען: מײַן/מײַנע – דײַן/דײַנע
- נעמי זאָגט װעגן זיך׃ מײַן קאָפּ איז קלײן.
- נעמי זאָגט מאָבין׃ דײַן קאָפּ איז גרױס.
- נעמי זאָגט װעגן זיך׃ מײַנע פֿיס זײַנען לאַנג.
- נעמי זאָגט מאָבין׃ דײַנע פֿיס זײַנען קורץ.
מײַן/מײַנע און דײַן/דײַנע זײַנען פּאָסעסיװע פּראָנאָמען.
יעדער פּערזענלעכער פּראָנאָם האָט זיך זײַן פּאָסעסיװע פֿאָרמע. אין דער לעקציע האָבן מיר געלערנט צװײ:
פּערזענלעכער פּראָנאָם | פּאָסעסיװער פּראָנאָם |
---|---|
איך | מײַן/מײַנע |
דו | דײַן/דײַנע |
מע ניצט מײַן/דײַן מיט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל.
מע ניצט מײַנע/דײַנע מיט אַ סובסטאַנטיװ אין מערצאָל.
מײַן/מײַנע |
---|
מײַן האַנט, מײַן שוך, מײַן חבֿר |
מײַנע הענט, מײַנע שיך, מײַנע חבֿרים |
דײַן/דײַנע |
---|
דײַן האַנט, דײַן שוך, דײַן חבֿר |
דײַנע הענט, דײַנע שיך, דײַנע חבֿרים |
נאָך משל־זאַצן׃
די אַנדערע פּאָסעסיװע פּראָנאָמען לערנט מען אין לעקציעס 4.3 און 4.4. אַ סך־הכּל מיט אַלע פּאָסעסיװע פּראָנאָמען געפֿינט זיך אין 4.5 נאָך פּרטים.
שטומער אַלף – א
דער שטומער אַלף (א) קומט אַ מאָל פֿאַר ו, י, און קאָמבינאַציעס פֿון די בײדע אותיות. אין אַזאַ פֿאַל איז דער קלאַנג פֿון אָט די אותיות אַ װאָקאַל. למשל: און, איך, אױג, אײנס, אײַזקרעם. אָבער װען אַ װאָרט הײבט זיך אָן מיט װ אָדער י, איז װײַל אָט די אותיות רעדט מען אַרױס װי קאָנסאָנאַנטן, למשל: װען, װוּ, יאָ,ייִנגל.