דער שטאַם פֿון װערב
די װערבפֿאָרמע װאָס מע געפֿינט אין די װאָקאַבולאַר־אָפּטײלן פֿון ייִדישפּאָפּ איז דער אינפֿיניטיװ. איר קענט די פֿאָרמע אױך פֿון דער קאָנסטרוקציע לאָמיר + אינפֿיניטיװ (זען לעקציע 1.2).
דער אינפֿיניטיװ באַשטײט פון דער יסוד־פֿאָרמע פֿונעם װערב, דעם שטאַם, מיט דער ענדונג -ן אָדער -ען (זען אױך 2.3 נאָך פּרטים).
אינפֿיניטיװ | שטאַם |
---|---|
לױפֿן | לױף |
עסן | עס |
שפּרינגען | שפּרינג |
קומען | קום |
דער אימפּעראַטיװ (באַפֿעלן)
- מאָבי, מאירקע, קומט!
- מאירקע, שפּרינג...איצט!
- גײט אַ ביסל...און לױפֿט!
קומט, שפּרינג, גײט און לױפֿט זײַנען באַפֿעלן אָדער אימפּעראַטיװן.
דער אימפּעראַטיװ האָט צװײ פֿאָרמעס, אײנצאָל און מערצאָל. דער אײנצאָל־אימפּעראַטיװ באַשטײט פֿונעם שטאַם פֿון װערב. דער מערצאָל־אימפּעראַטיװ באַשטײט פֿון שטאַם + -ט.
אינפֿיניטיװ | אײנצאָל־אימפּעראַטיװ | מערצאָל־אימפּעראַטיװ |
---|---|---|
לױפֿן | לױף | לױפֿט |
עסן | עס | עסט |
שפּרינגען | שפּרינג | שפּרינגט |
קומען | קום | קומט |
אומרעגולערע אימפּעראַטיװן
מע דאַרף זיך אױסלערנען די װײַטערדיקע פֿיר אימפּעראַטיװ־פֿאָרמעס װאָס שטימען נישט מיטן געװײנטלעכן מוסטער.
אינפֿיניטיװ | אײנצאָל־אימפּעראַטיװ | מערצאָל־אימפּעראַטיװ |
---|---|---|
געבן* | גיב | גיט |
טאָן** | טו | טוט |
זײַן*** | זײַ | זײַט |
האָבן | האָב | האָט |