קאַפּיטל 2: סך־הכּל
אימפּעראַטיװ, איצטיקע צײַט
*דער כּלל וועגן –ן אַקעגן –ען געפֿינט זיך אין 2.3 נאָך פּרטים.
אינפֿיניטיוו
דער אינפֿיניטיוו פֿונעם ווערב איז פּונקט ווי די מיר/זײ־פֿאָרמע פֿון דער איצטיקער צײַט:
- מיר/זיי לויפֿן — לאָמיר לויפֿן
- מיר/זיי שפּרינגען — לאָמיר שפּרינגען
אָט די ווערבן האָבן אַן אומרעגולערן אינפֿינטיוו:
- מיר/זיי גייען — לאָמיר גיין
- מיר/זיי שטייען — לאָמיר שטיין
- מיר/זיי זעען — לאָמיר זען
- מיר/זיי טוען — לאָמיר טאָן
פֿאַרנײנונג
די פֿאַרנײנונג שאַפֿט זיך מיטן וואָרט נישט נאָכן בייגיקן ווערב:
- שפּרינג נישט!
- לויפֿט נישט!
- איך לויף נישט.
- מיר שפּרינגען נישט.
װערטער־סדר
אין אַ געװײנטלעכן דערצײלזאַץ איז דער בײגיקער װערב אַלע מאָל דער צװײטער זאַצאײנס.