נאָך פּרטים

די ראָלע פֿון אַ סובסטאַנטיוו אין אַ זאַץ

אין דער לעקציע הייבן מיר אָן באַטראַכטן ווי טייל סובסטאַנטיוון און ווערטער וואָס ציִען זיך צו סובסטאַנטיוון (פּראָנאָמען, אַרטיקלען, אַדיעקטיוון) בײַטן זיך אויף ייִדיש לויט זייער ראָלע אין זאַץ.

איר זײַט אפֿשר שוין באַקאַנט מיט די גראַמאַטישע טערמינען וואָס מיט זיי באַשרײַבט מען די הויפּטראָלעס פֿון אַ סובסטאַנטיוו אין זאַץ. איידער מיר נעמען זיך צו די אויבן דערמאָנטע בײַטן, גיבן מיר דאָ אַ סך־הכּל פֿון די דאָזיקע גראַמאַטישע טערמינען צוזאַמען מיט משל־זאַצן. אין די משל־זאַצן האָבן מיר געניצט סובסטאַנטיוון און ווערטער וואָס ציִען זיך צו זיי וואָס מיר האָבן שוין געלערנט אין ייִדישפּאָפּ און וואָס, גראָד בײַ די ראָלעס וואָס זיי האָבן אין אָט די זאַצן, בײַטן זיי זיך נישט.

ראָלע פֿון סובסטאַנטיוו אין זאַץ למשל...
סוביעקט נעמי ברענגט קיכעלעך.
פּרעדיקאַטיווער סובסטאַנטיוו
(למשל, נאָכן װערב זײַן)
נעמי איז אַ מיידל.
דירעקטער אָביעקט נעמי ברענגט קיכעלעך.
אומדירעקטער אָביעקט נעמי ברענגט קיכעלעך די חבֿרים.
אָביעקט פֿון אַ פּרעפּאָזיציע נעמי ברענגט קיכעלעך אין פּאַרק.

די בייגפֿאַלן: נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו, דאַטיוו

בײַ טייל שפּראַכן, למשל לאַטײַן, דײַטש אָדער רוסיש, באַניצט מען זיך מיטן לשון בייגפֿאַלן צו באַשרײַבן ווי סובסטאַנטיוון און ווערטער וואָס ציִען זיך צו זיי בײַטן זיך. אויך אויף ייִדיש רעדט מען וועגן בייגפֿאַלן. קוקט אויף דעם זאַץ פֿון פֿילם:

  • איך זע פּערלען!

דער סוביעקט פֿונעם זאַץ, איך, איז – לויטן לשון פֿון בייגפֿאַלן – אין נאָמינאַטיוו.

דער דירעקטער אָביעקט פֿונעם זאַץ, פּערלען, איז – לויטן לשון פֿון בייגפֿאַלן – אין אַקוזאַטיוו. די ענדונג –⁠ען איז אַ סימן פֿונעם אַקוזאַטיוו (זען דאָ ווײַטער).

מיט די דרײַ בייגפֿאַלן, נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו, און דאַטיוו, באַשרײַבט מען ווי עס בײַטן זיך אויף ייִדיש טייל סובסטאַנטיוון און ס׳רובֿ פּראָנאָמען, אַדיעקטיוון און אַרטיקלען. דערווײַל וועלן מיר זיך באַגרענעצן אויף די באַניצן מיט די בייגפֿאַלן וואָס ענטפֿערן אויף די גראַמאַטישע ראָלעס וואָס אין דער אויבן געבראַכטער טאַבעלע. זיי געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ ווײַטער.

ראָלע פֿון סובסטאַנטיוו אין זאַץ בייגפֿאַל
סוביעקט נאָמינאַטיוו
פּרעדיקאַטיווער סובסטאַנטיוו נאָמינאַטיוו
דירעקטער אָביעקט אַקוזאַטיוו
אומדירעקטער אָביעקט דאַטיוו
אָביעקט פֿון אַ פּרעפּאָזיציע דאַטיוו

ווען אַ וואָרט בײַט זיך לויטן בייגפֿאַל, זאָגט מען אַז עס בייגט זיך. געדענקט אַז ס׳רובֿ סובסטאַנטיוון אין ייִדיש בייגן זיך נישט (בײַטן זיך נישט לויט זייער ראָלע אין זאַץ)! עס בײַטן זיך אָבער יאָ עטלעכע וויכטיקע גרופּעס סובסטאַנטיוון און ווערטער וואָס ציִען זיך צו זיי. איר זײַט שוין באַקאַנט מיט די פֿאָרמעס אין נאָמינאַטיוו פֿון פּערזענלעכע פּראָנאָמען, נעמען פֿון מענטשן און דעם געוויסיקן אַרטיקל, ווײַל אָט די פֿאָרמעס ניצן מיר זינטן ערשטן קאַפּיטל ייִדישפּאָפּ. אין די װײַטערדיקע לעקציעס וועלן מיר באַטראַכטן די פֿאָרמעס אין אַקוזאַטיװ און דאַטיװ פֿון:

פֿאַרן נײַגעריקן לײענער – אַ געבױגענער אַדיעקטיװ װאָס איר קענט שױן:

אָט איז אַ בײַשפּיל פֿון אַן אַדיעקטיוו אין דאַטיוו אין אַן אידיאָם וואָס מיר האָבן געלערנט אין לעקציע 1.4, מיט אַ גוטן אַפּעטיט. די ווערטער „אַ גוטן אַפּעטיט“ זײַנען דער אָביעקט פֿון דער פּרעפּאָזיציע „מיט“, און דערפֿאַר אינעם בייגפֿאַל דאַטיוו. בײַ די ווערטער „אַ“ און „אַפּעטיט“ איז נישטאָ קיין ענדערונג. אַ סימן פֿונעם דאַטיוו זעט זיך אָבער יאָ –– די ענדונג –⁠ן בײַם אַדיעקטיוו „גוט“.

די פּערזענלעכע פּראָנאָמען אין אַקוזאַטיוו

אין דער ערשטער לעקציע ייִדישפּאָפּ האָבן מיר געלערנט די פּערזענלעכע פּראָנאָמען אין נאָמינאַטיוו. דאָ פֿירן מיר אַרײַן די פּראָנאָמען אין אַקוזאַטיוו. ווי מיר האָבן אויבן דערקלערט איז די הויפּטפֿונקציע פֿונעם נאָמינאַטיוו דאָס באַצייכענען דעם סוביעקט פֿונעם ווערב; די הויפּטפֿונקציע פֿונעם אַקוזאַטיוו איז דאָס באַצייכענען דעם דירעקטן אָביעקט.

פּראָנאָם:
נאָמינאַטיוו
פּראָנאָם:
אַקוזאַטיוו
זאַץ מיטן פּראָנאָם
אין נאָמינאַטיוו
זאַץ מיטן פּראָנאָם
אין אַקוזאַטיוו
איך מיך איך זע אַ וועווריק. דו זעסט מיך?
דו דיך דו זעסט די פֿייגעלעך. איך זע דיך.
ער אים מאָבי? ער ברענגט מײַן ברודער. מײַן ברודער? מאָבי ברענגט אים.
זי זי ליבע? זי זינגט. ליבע זינגט. דער טאַטע הערט זי.
עס עס דאָס וואַסער… עס איז קאַלט. דאָס וואַסער... פּערל וויל עס טרינקען.
מיר אונדז מיר זוכן די מאַמע. די מאַמע זוכט אונדז.
איר אײַך איר האָט ליב דאָס הינטל. דאָס הינטל האָט אײַך ליב.
זיי זיי די ציבעלעס? זיי זײַנען דאָ. די ציבעלעס? מאָבי עסט זיי!

באַמערקט:

  • זי, עס, זיי: די פּראָנאָמען אין נאָמינאַטיוו און אַקוזאַטיוו זײַנען די זעלבע.
  • פּראָנאָמען וואָס פֿאַרבײַטן אַ סובסטאַנטיוו אין איינצאָל היטן אויף זײַן גראַמאַטישן מין (זען 4.1 נאָך פּרטים). פּונקט ווי מע דאַרף אין נאָמינאַטיוו פֿאַרבײַטן דעם סובסטאַנטיוו מיטן פּראָנאָם ער, זי, אָדער עס לויטן מין פֿון סובסטאַנטיוו, דאַרף מען אין אַקוזאַטיוו פֿאַרבײַטן דעם סובסטאַנטיוו מיטן פּראָנאָם אים, זי, אָדער עס. למשל:
    • מיר האָבן אַ קוגל. מאָבי וויל אים עסן.
    • נעמי ברענגט אַ פּיזשאַמע אָבער יאַנקל וויל זי נישט אָנטאָן.
  • ווערטער־סדר. קוקט אויף די משל־זאַצן דאָ אויבן מיט אַ פּראָנאָם אין אַקוזאַטיוו: אינעם געוויינטלעכן ייִדישן ווערטער־סדר קומט דער פּראָנאָם גלײַך נאָכן בייגיקן ווערב. ווײַטער וועגן די פּערזענלעכע פּראָנאָמען און ווערטער־סדר קענט איר לייענען אין 4.4 נאָך פּרטים. אַן אַלגעמײנע סכעמע פֿונעם װערטער־סדר װאָס נעמט אַרײַן פּראָנאָמען קענט איר לײענען אין 5.3 נאָך פּרטים.
  • די פּערזענלעכע פּראָנאָמען אין דאַטיוו קענט איר געפֿינען אין דער נאָענטער לעקציע (4.3).

פּערזאָן־נעמען בייגן זיך: אַקוזאַטיוו

  • מאירקע וועט קומען. איך זע איצט מאירקען!
  • וווּ איז פּערל? איך זע פּערלען.
  • איך זוך יאַנקלען. זעסט אים?

ווען אַ פּערזאָן־נאָמען איז אין אַקוזאַטיוו (איז דער דירעקטער אָביעקט פֿון זאַץ), בייגט מען אים. דאָס מיינט: מע גיט צו צום נאָמען דעם סופֿיקס –⁠ן אָדער (זעלטענער) –⁠ען..e

ווען –⁠ן און ווען –⁠ען? זען די טאַבעלע דאָ ווײַטער. (פֿאַרגלײַכט אויך מיט דער ענדונג –⁠ן בײַם ווערב, זען 2.3 נאָך פּרטים.)

נאָמען ענדיקט זיך אויף... –⁠ען / –⁠ן משל־נעמען משל־נעמען מיט ענדונג
–⁠ם –⁠ען פֿרויעם איך זע פֿרויעמען.
–⁠ן סוזאַן איך הער סוזאַנען.
אַקצענטירטן וואָקאַל
אָדער דיפֿטאָנג
אַנדריי די מאַמע זוכט אַנדרייען.
קאָנסאָנאַנט + ל פּערל, יאַנקל נעמי האָט ליב יאַנקלען.
אַלע אַנדערע –⁠ן נעמי, מאָבי, מאירקע,
ליבע, סענדער
נעמי פֿאַרשטייט מאָבין.
פּערל מאָלט נעמין.
איך פֿרעג סענדערן װאָס ער דאַרף.

באַמערקט:

דער אינפֿיניטיוו זײַן

  • פּערל און מאירקע זײַנען אין וואַלד.
  • איך וויל אויך זײַן אין וואַלד!

אין לעקציע 2.3 האָבן מיר געלערנט אַז דער אינפֿיניטיוו איז געוויינטלעך גלײַך מיט דער מיר/זיי־פֿאָרמע פֿונעם ווערב (זען 2.3 נאָך פּרטים). דאָרט האָבן מיר דערמאָנט עטלעכע ווערבן מיט אַן אומרעגולערן אינפֿיניטיוו. דער אינפֿיניטיוו זײַן איז אויך אומרעגולער, ווײַל ער איז נישט גלײַך מיט דער מיר/זיי־פֿאָרמע זײַנען. (די קאָניוגאַציעס פֿונעם ווערב זײַן אין דער איצטיקער צײַט געפֿינען זיך אין לעקציע 1.1.)

מע ניצט דעם אינפֿיניטיוו זײַן ווי אַלע אַנדערע אינפֿיניטיוון, למשל מיט אַ מאָדאַלן ווערב, אין דער קומעדיקער צײַט, אָדער מיטן ווערב ליב האָבן:

  • דו הערסט? וואָס קען דאָס זײַן?
  • ווען וועלן פּערל און מאירקע זײַן אין פּאַרק?
  • מיר האָבן ליב צו זײַן צוזאַמען.