אינהאַלט
די פֿאַרגאַנגענע צײַט: ווערבן מיט קאָנווערבן
- דער אױטאָבוס איז אָנגעקומען.
- מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין שול.
- איך האָב אַרױסגענומען מײַנע ביכער פֿון רוקזאַק.
- איך האָב אַװעקגעלײגט די ביכער אױפֿן טיש.
דער פּאַרטיציפּ פֿון אַ ווערב מיט אַ קאָנווערב איז דער זעלבער ווי דער פּאַרטיציפּ פֿונעם ווערב אָן דעם קאָנווערב, נאָר מיטן קאָנװערב צוגעטשעפּעט צום אָנהײב:
דער העלפֿווערב פֿון אַ ווערב מיט אַ קאָנווערב אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט איז כּמעט שטענדיק דער זעלבער ווי דער העלפֿווערב פֿונעם ווערב אָן אַ קאָנווערב.
ריכטונג־קאָנווערבן: װען עס פֿעלט דער װערבאַלער שטאַם
- זיבן אַ זײגער בין איך אַרױס פֿון שטוב און אַרױף אױפֿן אױטאָבוס.
- איך קען נישט אַרױס – ס׳איז קאַלט, און איך האָב נישט קײן מאַנטל.
- װען װעט די מאַלפּע אַראָפּ פֿונעם בױם? אַ, זי איז שױן אַראָפּ.
- מיר שטײען בײַ דער טיר. – אַרײַן! – זאָגט די לערערין.
- – אַרױף אױפֿן בענקל, פּינטל! הײַנט װעסטו אױך זיצן בײַם טיש!
מיר קענען שױן עטלעכע קאָנװערבן װאָס װײַזן אָן אױף אַ ריכטונג: אַרײַן, אַרױס, צוריק, אַרױף, אַראָפּ. װען דער אופֿן באַװעגן זיך איז שױן גענוג קלאָר אָדער נישט װיכטיק, װערט אָפֿט קײן װערבאַלער שטאַם נישט דערמאָנט. דאָס קען מײנען אַז:
- עס פֿעלט דער װערבאַלער שטאַם אין אינפֿיניטיװ –
- „איך קען נישט אַרױס“, אַנשטאָט, למשל, „איך קען נישט אַרױסגײן“.
- עס פֿעלט דער װערבאַלער שטאַם אין פּאַרטיציפּ –
- „זיבן אַ זײגער בין איך אַרױס“, אַנשטאָט, למשל, „...בין איך אַרױסגעגאַנגען“.
- עס פֿעלט דער בײגיקער װערב אין אימפּעראַטיװ –
- „אַרױף אױפֿן בענקל!“, אַנשטאָט, למשל, „שפּרינג אַרױף אױפֿן בענקל!“
דורכלאָזן דעם װערבאַלן שטאַם איז אַ סטיליסטישער ענין. די משל־זאַצן דאָ אױבן זײַנען אױך קאָרעקט מיט אַ װערבאַלן שטאַם, למשל:
- זיבן אַ זײגער בין איך אַרױסגעגאַנגען פֿון שטוב און אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן אױטאָבוס.
- איך קען נישט אַרױסגײן – ס׳איז קאַלט, און איך האָב נישט קײן מאַנטל.
- װען װעט די מאַלפּע אַראָפּקומען פֿונעם בױם? אַ, זי איז שױן אַראָפּגעקומען.
- מיר שטײען בײַ דער טיר. – קומט אַרײַן! – זאָגט די לערערין.
- – שפּרינג אַרױף אױפֿן בענקל, פּינטל! הײַנט װעסטו אױך זיצן בײַם טיש!
אָט די קאָנסטרוקציע מיט אַ ריכטונג־קאָנװערב אָן קײן װערבאַלן שטאַם האָבן מיר שױן געהערט אינעם פֿילם פֿון לעקציע 5.2:
- דער אתרוג איז נישט אַרױס פֿון דער פּושקע.
באַמערקט:
- די קאָניוגירטע פֿאָרמע פֿונעם װערבאַלן שטאַם אין דער איצטיקער צײַט קען מען נישט דורכלאָזן:
- זיבן אַ זײגער גײ איך אַרױס פֿון שטוב.
- די מאַלפּע קומט אַראָפּ פֿון בױם.
- אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט קען אַזאַ ריכטונג־קאָנװערב שטײן אָן אַ װערבאַלן שטאַם בלױז צוזאַמען מיטן העלפֿװערב זײַן.
די פֿאַרגאַנגענע צײַט: אײן העלפֿװערב מיט עטלעכע פּאַרטיציפּן
װען צװײ אָדער מער װערבן אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט זײַנען קאָאָרדינירט (און ציִען זיך ממילא צום זעלביקן סוביעקט), איז נײטיק נאָר דער ערשטער העלפֿװערב. אָט זײַנען צװײ בײַשפּילן פֿון ייִדישפּאָפּ:
- נעבעך — דו ביסט געלעגן אין בעט און געשלאָפֿן, און — דעמאָלט ביסטו געפֿאַלן? (5.3)
- איך האָב אַרויסגענומען מײַן שירעם און אויך געװאָלט אָנטאָן דעם רעגן־מאַנטל. (5.4)
עס איז גענוג מיטן ערשטן העלפֿװערב, אַפֿילו װען די װײַטערדיקע װאָלטן נישט געװען די זעלביקע. אין די װײַטערדיקע זאַצן זײַנען די העלפֿװערבן אין קלאַמערן נישט נײטיק:
- איך בין געגאַנגען אין פּאַרק און (האָב) געשפּילט אין קױשבאָל.
- דאָס מײדל האָט אָנגעטאָן דעם מאַנטל, (איז) אַרױסגעלאָפֿן פֿון שטוב און (האָט) געכאַפּט דעם אױטאָבוס.
מע מעג יאָ איבערחזרן די העלפֿװערבן; דער חילוק צװישן אַ זאַץ מיט זײ אָדער אָן זײ איז אַ סטיליסטישער.
די פּאָזיציע־װערבן לײגן, ליגן, זעצן, זיצן, שטעלן, שטײן
אין דער לעקציע האָבן מיר געלערנט דעם װערב שטעלן. הײסט עס אַז מיר האָבן איצט געלערנט די זעקס װיכטיקסטע װערבן װאָס װײַזן אָן אױף פּאָזיציע. אָט זײַנען די װערבן מיט דער לעקציע װוּ מיר האָבן געלערנט יעדן איינעם:
אין יעדער פּאָר װײַזט אָן דער ערשטער װערב אױפֿן פּראָצעס פֿון ברענגען אין אַ פּאָזיציע; דער צװײטער װערב װײַזט אָן אױפֿן מצבֿ פֿון זײַן אין דער פּאָזיציע. דעם חילוק אין באַטײַט צװישן די דרײַ פּאָרן, דאָס הײסט, אױף װאָס פֿאַר אַ מין פּאָזיציע זײ װײַזן אָן, קען מען זען אין די װאָקאַבולאַר־פֿילמען פֿון די אָנגעגעבענע לעקציעס.
אין דער װײַטערדיקער טאַבעלע געפֿינען זיך די דרײַ פּאָרן צוזאַמען מיט משל־זאַצן:
די װערבן װאָס װײַזן אָן אױפֿן פּראָצעס פֿון ברענגען אין אַ פּאָזיציע קומען מיטן רעפֿלעקסיװן פּראָנאָם זיך װען עס רעדט זיך װעגן עפּעס צי עמעצן װאָס רירט זיך אַלײן. אָט זײַנען משל־זאַצן:
באַמערקט:
- זעצן און זיצן ניצט מען מיט לעבעדיקע באַשעפֿענישן (סײַדן, למשל, אַ ליאַלקע װאָס האָט די פֿאָרעם פֿון אַ מענטש צי אַ חיה), װען עס רעדט זיך װעגן אַ זיצנדיקער פּאָזיציע. אױב מע ניצט די צװײ װערבן מיט אומבאַלעבטע זאַכן, באַשרײַבן זײ די פּאָזיציע „זײַן פֿעסט/טיף אינעװײניק אין עפּעס“, למשל:
- איך מאַך אַ שנײמענטש און זעץ אים אַרײַן אַ מער פֿאַר אַ נאָז.
- די פֿאָרמעס פֿון די װערבן אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט טײלן זיך לױט די קאַטעגאָריעס. די דרײַ װערבן אין דער קאַטעגאָריע ברענגען אין אַ פּאָזיציע קאָניוגירן זיך מיט האָבן און האָבן אַ פּאַרטיציפּ אױף –ט; די דרײַ װערבן אין דער קאַטעגאָריע זײַן אין דער פּאָזיציע קאָניוגירן זיך מיט זײַן און האָבן אַ פּאַרטיציפּ אױף –ן. זען די טאַבעלע דאָ װײַטער:
קאָנװערבן בײַ די װערבן לײגן, זעצן, שטעלן
די װערבן װאָס באַשרײַבן װי מע ברענגט עפּעס אַרײַן אין אַ פּאָזיציע קומען אָפֿט מיט אַ קאָנװערב װאָס ווײַזט אָן די ריכטונג און דעם ציל פֿון דער באַוועגונג; דער קאָנװערב איז אױך אַ סימן אַז דער װערב איז פּערפֿעקטיװ, דאָס הײסט, דער קאָנװערב גיט צו אַן אַספּעקט פֿון „דעפֿינירטקייט“ צו דער טוּונג (איינמאָליקייט, פֿאַרענדיקטקייט, מיט אַ באַשטימטער כּוונה, א׳׳אַ). למשל:
- נעמי לײגט אַרײַן דעם אתרוג אין דער פּושקע.
- די מאַמע לײגט אַרױף די צװײַגן אױף דער סוכּה.
- טאַטע־מאַמע שטעלן אַרײַן אין דער סוכּה אַ טיש מיט בענקלעך.
(די גראַמאַטישע טערמינען פּערפֿעקטיװער און אומפּערפֿעקטיװער אַספּעקט, װאָס זײַנען גוט באַקאַנט בײַ סטודענטן פֿון סלאַװישע שפּראַכן, זײַנען אױך זײער װיכטיק צו פֿאַרשטײן די װערבאַלע סיסטעם אין ייִדיש.)
דער קאָנװערב אַװעק מיט אָט די װערבן גיט צו דעם פּערפֿעקטיװן אַספּעקט נישט אָנווײַזנדיק דערבײַ אױף קײן ריכטונג אָדער ציל פֿון דער באַװעגונג (צום אונטערשײד פֿון אַרײַן אָדער אַרױף). נעמי זאָגט למשל אינעם פֿילם פֿון דער איצטיקער לעקציע: „שלעפּן מיט אײן האַנט האָט נישט געהאָלפֿן – האָב איך דאָרט אַװעקגעשטעלט דעם שירעם“. די ריכטונג און דער ציל פֿון דעם װאָס נעמי טוט מיטן שירעם װערן איבערגעגעבן דורכן פּאָזיציע־װערב שטעלן און דעם אַדװערב דאָרט. דער קאָנװערב אַװעק הײבט אַרױס די פֿאַרענדיקטקײט פֿונעם שטעלן.
בײַ די װערבן לײגן (זיך), זעצן (זיך) און שטעלן (זיך) טרעפֿט מען אָפֿט דעם קאָנװערב אַװעק מיט אַזאַ רײן פּערפֿעקטיװן באַטײַט. אָט זײַנען נאָך עטלעכע משל־זאַצן:
- שטעל אַװעק די גלעזלעך אױפֿן טיש!
- אױ, ס׳איז הײס! איך װעל זיך בעסער אַװעקשטעלן אונטערן בױם װוּ די חבֿרים שטײען שױן.
- מאָבי זעצט יאַנקלען אַװעק אױף דער סאָפֿע.
- דערנאָך זעצט ער זיך אַװעק לעבן אים.
- איך האָב שױן אַװעקגעלײגט אױפֿן טיש מײַן בוך, מײַן העפֿט און אַ פֿעדער. איצט קען איך טאָן מײַן הײמאַרבעט.
- איך האָב זיך אַװעקגעלײגט װײַל איך בין מיד.
דער אַלגעמײנער פּראָנאָם דאָס
- דאָס איז מײַן הײמאַרבעט. (2.2)
- דאָס איז שױן אײן מאָל אַן אתרוג! (5.2)
- דו װייסט, אַ גוף! אַ קאָפּ, צװיי הענט, צװיי פֿיס… אָבער אַ דיבוק האָט דאָס נישט! (4.5)
- אַ, אָט דאָס װילן מיר װיסן. (4.3)
- [דאָס היטל]: זי טוט עס אָן — אָט דאָס איז שױן קאָמיש. (5.1)
- דאָס הײסט שװימען? נײן, דאָס הײסט שפּילן! (1.2)
- װוּ איז דאָס געשען? (5.3)
װי מיר האָבן שױן געזען אין עטלעכע ייִדישפּאָפּ־לעקציעס (זען די בײַשפּילן דאָ אױבן) קען דער נײטראַלער אַרטיקל דאָס דינען װי אַן אַלגעמײנער פּראָנאָם.
אין לעקציע 4.1 האָבן מיר געלערנט אַז אַ פּראָנאָם װאָס פֿאַרבײַט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל היט אױף זײַן גראַמאַטישן מין, למשל:
- װוּ איז דער מאַנטל? ער איז דאָ.
אין לעקציע 5.1 האָבן מיר געלערנט אַז װען ער איז אַקצענטירט, דינט דער געװיסיקער אַרטיקל װי אַן אָנװײַזיקער פּראָנאָם, למשל:
- דער שירעם איז נישט גוט. גיב מיר בעסער דײַן שירעם.
- פֿון די צװײ פּיצעס נעם איך די מיט די ציבעלעס װײַל איך האָב נישט ליב קײן פֿעפֿערס.
דער אַלגעמײנער פּראָנאָם דאָס פֿאַרטרעט עפּעס (אַן אָביעקט, אָביעקטן, אַ סיטואַציע, אַ טוּונג) אָן קײן גראַמאַטישער פֿאַרבינדונג מיט אַ ספּעציפֿישן סובסטאַנטיװ. אַ מאָל איז ער אָנװײַזיק (און דערפֿאַר אַקצענטירט) און אַ מאָל נישט.
נאָך אַ פּרעפּאָזיציע בײַט זיך דאָס אױף דעם (אַזױ װי שטענדיק אין דאַטיװ). דער פּראָנאָם דעם װאַקסט זיך קײן מאָל נישט צונױף מיט דער פּרעפּאָזיציע. למשל:
- װילסט הערן װעגן דעם?
- איך װעל פֿרעגן די מאַמע װעגן דעם.
- נאָך דעם בין איך אַרױס פֿון שטוב.
- קוק אױף דעם!
- איך האָב שױן גאָרנישט פֿון דעם.
װיפֿל איז דער זײגער?
די צאָלן ביז 10 געפֿינען זיך אין לעקציע 1.3. די צאָלן 11 און 12 לערנט מען אין דער איצטיקער לעקציע מיטן זײגער. העכערע צאָלן געפֿינען זיך אין דער קומעדיקער לעקציע, 5.5.
אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער געפֿינען זיך די פֿראַזעס װאָס מע ניצט אויף צו זאָגן װיפֿל ס׳איז דער זײגער.
באַמערקט:
- מע ניצט נישט קײן פּרעפּאָזיציע מיט די זײגער־פֿראַזעס בײַם אָנגעבן דעם פּינקטלעכן מאָמענט אין װעלכן עפּעס געשעט, למשל:
- זיבן אַ זײגער שטײט פּערל אױף.
- האַלב אַכט גײט זי אַרױס פֿון שטוב.
- צען פֿאַר אַכט קומט זי אָן אין שול.
- די פֿראַזע אַ זײגער ניצט מען נאָר מיט גאַנצע שעהען (נישט מיט קײן האַלבע שעהען, פֿערטל־שעהען, אאַז״װ).
- װען עס גײט די רײד װעגן דעם זײגער קומט די צאָל אײנס מיטן סמך.
- 1:00 – אײנס אַ זײגער
- 1:30 – האַלב נאָך אײנס
- 12:50 – צען צו אײנס
- דאָס װאָרט פֿערטל קומט מיטן אומגעװיסיקן אַרטיקל אַ: אַ פֿערטל.
- דאָס װאָרט מינוט איז ברירהדיק: מע קען זאָגן צען צו צװײ אָדער צען מינוט צו צװײ.
- מע זאָגט צו און נאָך נאָר מיט צאָלן ביז 29. מע זאָגט למשל:
- צװעלף נאָך צװײ (2:12)
- נײַן און צװאַנציק נאָך צװײ (2:29)
- נײַן און צװאַנציק צו דרײַ (2:31)
אָבער מע זאָגט נישט: „אײן און דרײַסיק נאָך צװײ" (2:31).
- אַנשטאָט צו ניצן די פֿראַזעס האַלב, אַ פֿערטל, צו, נאָך קען מען פּשוט אָנגעבן די שעה מיט די מינוטן, למשל:
- 2:12 – צװײ צװעלף
- 2:15 – צװײ פֿופֿצן
- 2:29 – צװײ נײַן און צװאַנציק
- 2:30 – צװײ דרײַסיק
- 2:31 – צװײ אײן און דרײַסיק
- 2:45 – צװײ פֿינף און פֿערציק