נאָך פּרטים

איצטיקע צײַט׃ אײנצאָל

אין דער לעקציע ניצט נעמי די איצטיקע צײַט אױסצודריקן װאָס זי און אירע חבֿרים טוען איצט. אין קומעדיקע לעקציעס װעלן מיר זען װי מע קען אױך ניצן די איצטיקע צײַט אױסצודריקן עפּעס װאָס פּאַסירט געװײנטלעך, אָדער װאָס װעט זיכער פֿאָרקומען אין דער צוקונפֿט.

  • איך שרײַב.
  • פּערל לײענט אַ בוך.
  • מאירקע הערט מוזיק.
  • מאָבי, דו לײענסט, דו הערסט מוזיק, דו שרײַבסט, און דו עסט!

צו פֿאָרמירן די איצטיקע צײַט, דאַרף מען צוגעבן ענדונגען צום שטאַם פֿון װערב. (װעגן שטאַם זען 2.1 נאָך פּרטים.)

דאָ אַרבעטן מיר אױס די קאָניוגאַציעס פֿון די װערבן שרײַבן, לײענען, הערן, און טאַנצן:

איצטיקע צײַט אײנצאָל
איך שרײַב לײען הער טאַנץ
דו שרײַבסט לײענסט הערסט טאַנצסט
ער/זי/עס שרײַבט לײענט הערט טאַנצט

אַ פּרט וועגן אויסלייג

װען דער שטאַם ענדיקט זיך אױף –ס, גיט מען נישט צו נאָך אַ ס צו דער דו־פֿאָרמע׃

עס... ← דו עסט

װען דער שטאַם ענדיקט זיך אױף –ט, גיט מען נישט צו נאָך אַ ט צו דער ער/זי/עס־פֿאָרמע׃

אַרבעט... ← ער/זי/עס אַרבעט

דער אומרעגולערער אינפֿיניטיװ טאָן

  • מאירקע טוט צוויי זאַכן מיט אַ מאָל.
  • איך טו דרײַ זאַכן מיט אַ מאָל.
  • מאָבי, דו טוסט פֿינף זאַכן מיט אַ מאָל.
  • לאָמיר טאָן אײן זאַך מיט אַ מאָל!

דער שטאַם טו האָט אַן אומרעגולערן אינפֿיניטיװ, טאָן. (װעגן אומרעגולערע אינפֿיניטיװן זען אױך 2.3 נאָך פּרטים.)

לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער

װערטער אין ייִדיש װאָס שטאַמען פֿון לשון־קודש (העברעיִש און אַראַמעיִש) װערן געשריבן מיטן לשון־קודשדיקן אױסלײג און נישט לױט דער יִידישער פֿאָנעטישער סיסטעם. 6 אותיות פֿונעם אַלף־בית ניצט מען נאָר אין לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער: ח, בֿ, כּ, שׂ, תּ, ת.

אײנעם פֿון די 6, דעם ח, האָבן מיר געלערנט אין דער לעקציע. דער אות ח געפֿינט זיך אין די װערטער חבֿר, חבֿרטע און לחײם.

בֿ, כּ, און ת לערנט מען אין לעקציע 2.4. שׂ און תּ לערנט מען אין לעקציע 3.5.

מע דאַרף זיך אױסלערנען און געדענקען דעם אַרױסרעד פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער. דאָס קען מען הערן אין די װאָקאַבולאַר־פֿילמען און אין דער אָפּטײלונג װערטער.

לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער װאָס מיר האָבן שױן געלערנט׃

נעמי (1.1)

חבֿר/חבֿרטע (1.1)

פּנים (1.2)

אַ סך (1.3)

לחײם (1.3)

הפֿסקה (2.1)